ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אַ שילד לזכרון די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט דעם 18טן יולי 1994
Getty Images
אַ שילד לזכרון די קרבנות פֿונעם אַטענטאַט דעם 18טן יולי 1994

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published May 22, 2014, issue of June 20, 2014.

אָפּמאַך מיט איראַן איז מער נישט אין קראַפֿט

דער פֿעדעראַלער טריבונאַל האָט דערקלערט, אַז דער אונטערגעשריבענער אָפּמאַך מיט איראַן איז קעגן דער אַרגענטינער קאָנסטיטוציע, װײַל ער איגנאָרירט די יוסטיץ. דאָס װיל זאָגן, אַז דער אָפּמאַך איז ניט אין קראַפֿט. מען שאַצט, אַז די רעגירונג װעט אַפּעלירן און דאָס העכסטע געריכט װעט מוזן אורטיילן װעגן דעם.

דער טריבונאַל האָט אויך געבעטן, מען זאָל אָנגיין ווײַטער מיט די בקשות צו פֿאַרכאַפּן די איראַנער, װאָס אויף זיי ליגט דער חשד אין דער פּלאַנירונג פֿונעם אַטענטאַט. דער אָפּמאַך, װאָס איז בסוד אונטערגעשריבן געװאָרן דעם 27סטן יאַנואַר 2013, איגנאָרירט די אַרגענטינער יוסטיץ, באַגרענעצט אירע אַטריבוטן, מישט זיך אַרײַן אין אירע רעזאָלוציעס, באַשרענקט אירע באַשטימונגען און האָט ניט אין זינען די קרבנות.

דאָס איז אַ דורכפֿאַל פֿאַר דער רעגירונג, װאָס האָט דערװײַל ניט אַפּעלירט די רעזאָלוציע פֿונעם טריבונאַל.

ייִדישע אינסטיטוציעס האָבן אויסגעדריקט די סאַטיספֿאַקציעס פֿונעם ייִשובֿ און זיך אַרויסגעזאָגט, אַז אַזאַ אָפּמאַך האָט מען בכלל ניט געדאַרפֿט אונטערשרײַבן, און אַז װאָס שײַך די טעמע אַטענטאַט, דאַרף מען זיך ניט פֿרייען, נאָר אָנגיין מיט די פֿאָדערונגען פֿון יושר פֿאַר די אומגעקומענע.


קאָמפּענסאַציע־סומעס פֿאַרן אַטאַק אויף דער „דאַיאַ‟ ניט באַקאַנט

די אַרגענטינער רעגירונג האָט צוגעגרייט אַ געזעץ צו פֿאַרגיטיקן די משפּחות פֿון די אומגעקומענע בעת דעם אַטענטאַט אויף דער קהילה, װאָס איז פֿאָרגעקומען מיט 20 יאָר צוריק. אַזוי האָט געמאָלדן דער יוסטיץ־מיניסטער כוליאָ האַלאַק בעת אַ טרעפֿונג מיט דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער „דאַיאַ‟. דער פּאַרלאַמענט דאַרף גוטהייסן דאָס געזעץ, כּדי מען זאָל קענען אויסצאָלן די פֿאַרגיטיקונג־געטער צו די משפּחות פֿון די 85 אומגעקומענע אינעם אַטענטאַט דעם 18טן יולי 1994.

נאָכן אַטענטאַט אויף דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע פֿון 1992 האָט די רעגירונג געהאַט פֿאַרטיילט עקאָנאָמישע קאָמפּענסאַציעס, און מען רעכנט, אַז די פֿאַרגיטיקונג איז אַ פֿאָרעם צו קאָמפּענסירן דעם ייִשובֿ פֿאַר דעם דורכפֿאַל מיט די פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן.

ד״ר כוליאָ שלאָסער, פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט דערקלערט נאָך זײַן טרעפֿונג מיטן מיניסטער, אַז דאָס צילט צו פֿאַרטיילן אַ ביסל גערעכטיקייט צו די געליטענע פֿאַמיליעס.

אַן ענלעך געזעץ, צוגעשטעלט אין פּאַרלאַמענט, איז דורכגעפֿאַלן מיט צװיי יאָר צוריק. גענוי װייסט מען אויך ניט די סומעס, װאָס די משפּחות װעלן באַקומען, און װאָס מיינט „גאָר שװערע פֿאַרװוּנדעטע‟, װאָס דאַרפֿן אויך באַקומען אַ פֿאַרגיטיקונג לויטן נײַעם געזעץ.

דער געזעץ, דער באַזוך אין ישׂראל פֿון אויסערן־מיניסטער טימערמאַן און אַנדערע סימנים װײַזן אַן ענדערונג לגבי דער אַרגענטינער אויסערן־פּאָליטיק און איר באַציִונג צום ייִדישן ייִשובֿ.


אַ קאָנקורס צו דערמאָנען דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה

אין דער פּראָװינץ קאָרדאָבאַ, 700 ק״מ פֿון בוענאָס־אײַרעס װעט מען אין די פֿאָלקשולן און מיטלשולן דורכפֿירן אַ קאָנקורס פֿון אוידיאָ־װיזועלע פּראָדוקציעס, צו דערמאָנען דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. דער אָפּמאַך איז אונטערגעשריבן געװאָרן צװישן דעם גובערנאַטאָר דע לאַ סאָטאַ און כּהן סאַבאַן, פֿאָרזיצער פֿון „ועד הקהיקות‟. דער „ועד הקהילות‟ װעט פּרוּװן אויך דורכפֿירן ענלעכע אַקטיװיטעטן אין אַנדערע אַרגענטינער שטעט.


פּרעזידענט פֿון עקוואַדאָר ברענגט ישׂראל ווי אַ גוטן בײַשפּיל

גרויס באַװוּנדערונג האָבן אַרויסגערופֿן די דערקלערונגען פֿון ראַפֿאַעל קאָרעאַ, פּרעזידענט פֿון עקװאַדאָר. ער האָט זיך אַרויסגעזאָגט, אַז די װעלט דאַרף אַראָפּנעמען אַ בײַשפּיל פֿון ישׂראלס דערגרייכונגען און פֿון די בײַטראָגן פֿון ייִדישן פֿאָלק פֿאַר דער מענטשהייט. קאָרעאַ צייכנט זיך ניט אויס פֿאַר זײַנע דעמאָקראַטישע שטעלונגען, און זײַנע װערטער האָבן געװאָלט באַװײַזן, אַז ער האָט גאָרנישט קעגן ייִדישן פֿאָלק; אַז ער האָט אַ סך ייִדישע חבֿרים, אָבער אַז ער איז קעגן דער ישׂראל־פּאָליטיק װאָס שײך די פּאַלעסטינער, און דער שטיצע, װאָס די רעגירונג באַקומט פֿון אַמעריקע.


אַ לעקציע צו דערמאָנען אלי כּהן

דעם 18טן מײַ האָט די ציוניסטישע פֿעדעראַציע אָרגאַניזירט אַ לעקציע צו דערמאָנען דעם יאָרצײַט פֿון אלי כּהן, װאָס איז אין 1965 עקזעקוטירט געװאָרן אין סיריע איבער זײַנע שפּיאָנאַזש־טעטיקייטן לטובֿת ישׂראל. דער דעמאָלטיקער פּרעמיער־מיניסטער, לוי אשכּול, האָט זיך אויסגעדריקט, אַז די אינפֿאָרמאַציעס, װאָס ער האָט איבערגעגעבן, זײַנען געװען פֿון גרויס װערט און האָבן געפֿירט צום דערפֿאָלג פֿון דער זעקס־טאָגיקער מלחמה.


„דאַיאַ‟ איז באַאומרויִקט מיטן וווּקס פֿון אַנטיסעמיטיזם

די אַרגענטינער האָבן נאָך אַלץ אַ סך אַנטיסעמיטישע פֿאָראורטיילן. יעדער פֿערטער דערװאַקסענער האַלט פֿון אָט די פֿאָראורטיילן. דאָס זײַנען די אויספֿירן פֿון אַן אויספֿאָרשונג פֿון דער „בני־ברית‟. כאָטש די ציפֿערן זײַנען פֿון די נידעריקסטע אין לאַטײַן־אַמעריקע, מאַכט עס נישט רויִקער אויפֿן האַרצן. בראַזיל געפֿינט זיך אין אַ בעסערן מצבֿ. און אויב מען נעמט אַרײַן קאַנאַדע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שטייט אַרגענטינע אויפֿן פֿערטן פּלאַץ. די אַנקעטע איז געמאַכט געװאָרן נאָכן אויספֿרעגן בײַ 50,000 מענטשן אין פֿאַרשיידענע לענדער. דער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „דאַיאַ‟, האָרכע קנאָבלאָװיטש, האָט רעפֿערירט װעגן דעם פֿאַר דער פּרעסע אויפֿן יערלעכן באַריכט װעגן אַנטיסעמיטיזם, װאָס די אינסטיטוציע פּובליקירט.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.