די אַזיאַטישקייט פֿון רוסלאַנד

Russia’s Asian Character

דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און דער צפֿון־קאָרעיִשער פּרעזידענט קים דזשאָנג־אָן
דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין און דער צפֿון־קאָרעיִשער פּרעזידענט קים דזשאָנג־אָן

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 23, 2014, issue of June 20, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און איצט, צוריק צו פּוטינען. זײַן פּערזענלעך לעבן זעט אויס ענלעך אויף דער דאָזיקער צפֿון-קאָרעיִשער געשיכטע. אמת, קיינעם האָט מען, דאַכט זיך, דערווײַל ניט דערשאָסן. אָבער אַלץ איז אויך אײַנגעהילט אין סודות. מע ווייסט גאָרנישט וועגן זײַנע צוויי טעכטער, וועלכע מוזן שוין זײַן יונגע פֿרויען, אפֿשר אַפֿילו חתונה־געהאַטע. ס‘איז אַפֿילו ניט באַוווּסט, וווּ זיי האָבן זיך געלערנט און וווּ זיי וווינען. זייערע פֿאָטאָס האָבן זיך קיין מאָל ניט באַוויזן אין דער מעדיאַ. מע טענהט, אַז די עלטערע טאָכטער האָט געהאַט אַ זון, אָבער פּוטין האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן די נײַעס.

מע ווייסט אויך ניט, צי פּוטין איז מיט עמעצן פֿאַרבונדן ראָמאַנטיש. מיט זײַן פֿרוי האָט ער זיך געגט שוין מיט אַ צײַט צוריק. עס גייען אַרום קלאַנגען, אַז ער איז פֿאַרליבט אין אַלינאַ קאַבאַיעוואַ, אַ געוועזענע גימנאַסטקע, און אַז זיי האָבן שוין אַ קינד צי אַפֿילו צוויי קינדער. אָבער דאָס זײַנען נאָר פּליאָטקעס, וואָס באַווײַזן זיך אין אינטערנעץ. קיין איין רוסישע צײַטונג וועט ניט וואַגן עס צו דרוקן.

אין דער אמתן, האָב איך אַפֿילו ניט געדאַרפֿט ברענגען דעם צפֿון־קאָרעיִשן משל, כּדי צו אילוסטרירן פּוטינס אַזיאַטישקייט. בערך אַזוי איז עס געווען אויך מיט סטאַלינען. וועגן זײַן פּערזענלעך לעבן און זײַנע קינדער האָט מען אויך ניט געשריבן. מע זאָגט, אַז דער ייִדישער זשורנאַליסט שמואל פּערסאָוו איז אומגעבראַכט געוואָרן, ווײַל ער האָט געפּרוּווט קריגן געוויסע פּרטים וועגן סטאַלינס טאָכטער, סוועטלאַנאַ.

דאָס קען אויסזען ווי אַ קלייניקייט. וואָס איז די נפֿקא-מינה, צי אונדז איז באַקאַנט ווי און מיט וועמען לעבן דער פּרעזידענט? און דאָך, איז עס אַ סימן פֿון דער קולטורעלער אָנגעהעריקייט פֿונעם מלוכה-פֿירער און פֿונעם לאַנד, מיט וועלכן ער פֿירט אָן. ס‘איז אַן ערך אַזאַ קלייניקייט ווי די בגדים. אָבער זיי דינען אויך ווי אַ סימן — פּעטער דער גרויסער האָט עס פֿאַרשטאַנען נאָך מיט 315 יאָר צוריק.

לויט דער הײַנטיקער אידעאָלאָגיע פֿון פּוטינס חסידים, איז רוסלאַנד ניט — און טאָר ניט ווערן — אייראָפּעיִש. לכל-הפּחות, ניט אין גאַנצן אייראָפּעיִש. אייראָפּעיִשקייט איז אפֿשר ניט אַזאַ מיאוס וואָרט אין רוסלאַנד, ווי אַמעריקאַנישקייט, אָבער עס ווייעט פֿון דעם סײַ-ווי-סײַ מיט פֿרעמדקייט און געפֿערלעכקייט.

עיקר-שכחתּי.

רוסלאַנד האָט זיך נאָך מער אַ קער געטאָן מירזח-צו נאָך פּוטינס באַזוכן כינע. דער אָפּמאַך, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן מיטוואָך וועגן פֿאַרקויפֿן אין כינע דעם רוסישן גאַז, האָט בולט געוויזן, און איז אויסגערעכנט געווען צו ווײַזן: „איך לאַך זיך אויס פֿון אײַך, אייראָפּע און אַמעריקע. רוסלאַנד קען זיך באַגיין אָן אײַך!‟