די מוניציפּאַליטעט פֿון דער טערקישער שטאָט איזמיר האָט רעסטאַוורירט די אַלטע שיל פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, „בית הלל‟. מיט אַ יאָר צוריק, ווען מע האָט אָנגעהויבן דעם רעמאָנט, האָט דער פֿאַסאַד פֿון דער חורבֿה געהאַלטן בײַם אײַנפֿאַלן, און די אַנדערע טיילן פֿונעם אַלטן בנין זענען געווען כּמעט אינגאַנצן צעשטערט צוליב צוויי שׂריפֿות. די אָרטיקע פּרעסע האָט איבערגעגעבן, אַז אין גיכן פּלאַנירט מען צו פֿאַרוואַנדלען די היסטאָרישע שיל אין אַ מוזיי.
די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן דערקלערט, אַז דער רעמאָנט איז אַ באַווײַז פֿון דער טראַדיציאָנעלער רעליגיעזער טאָלעראַנץ פֿון דער שטאָט. די מוניציפּאַליטעט האָט אויסגעגעבן 29.5 טערקישע לירעס אָדער בערך 14 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דער רעסטאַווראַציע פֿון היסטאָרישע בנינים, אַרײַנגערעכנט „בית הלל‟. אַ טייל פֿון דער דאָזיקער סומע פּלאַנירט מען אויסצונוצן, כּדי צו רעמאָנטירט אַ צאָל אַנדערע שיל־בנינים.
ייִדן האָבן געוווינט אין איזמיר — די אוראַלטע שטאָט, וואָס אויף גריכיש האָט געהייסן סמירנע — נאָך אינעם 2־3טן יאָרהונדערט. ווען די אָסמאַנישע אימפּעריע האָט איבערגענומען די געגנט אינעם יאָר 1424, זענען אַ סך ייִדן אָנגעקומען פֿון אַנדערע שטעט. שפּעטער, נאָכן גירוש־ספֿרד, האָבן זיך דאָרטן באַזעצט אַ סך שפּאַנישע ייִדן.
אָנהייב 17טן יאָרהונדערט, האָט אין איזמיר, איינער פֿון די וויכטיקסטע האַנדל־צענטער אינעם לעוואַנטישן ראַיאָן, זיך צעבליט אַ גרויסע ייִדישע קהילה. די איזמירער ייִדן האָבן אויסגעבויט אַ צאָל שולן און געשאַפֿן אַן אַנטוויקלטע סיסטעם פֿון קהילה־מוסדות. שפּעטער האָבן דאָרטן געוווינט אַ סך וועלט־באַרימטע רבנים. איזמיר איז אויך פֿאַרבונדן אין דער ייִדישער געשיכטע מיט די שבתי־צבֿיניקעס. שבתי צבֿי איז דאָרטן געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1626 און אָנגעהויבן אין דער דאָזיקער שטאָט זײַן משיחישע טעטיקייט.
הײַנט באַטרעפֿט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער דאָזיקער 4־מיליאָניקער שטאָט בערך 1,700 נפֿשות. די גרעסטע אַקטיווע שיל, „בית ישׂראל‟, געפֿינט זיך אינעם ייִדישן קוואַרטאַל קאַראַטאַש. ס׳רובֿ אָרטיקע ייִדן זענען ספֿרדים.
די היסטאָרישע שיל „בית הלל‟ שטייט אינעם געוועזענעם ייִדישן ראַיאָן, קעמעראַלטי. די עקספּערטן האָבן באַשטעטיקט, אַז בעת צוויי שׂריפֿות, וואָס זענען אויסגעבראָכן אינעם בנין, זענען פֿאַרברענט געוואָרן די הילצערנע קאָלאָנעס, וועלכע האָבן אונטערגעהאַלטן די קאָנסטרוקציע — דערפֿאַר איז פֿון איר ביז לעצטנס געבליבן בלויז די פֿאַסאַד־וואַנט, שטיינערנע פֿענצטער־ראַמעס און דער אײַזערנער צוים. דער רעמאָנט, גוטגעהייסן דורך דעם איזמירער „ראַט פֿאַרן אָפּהיטן די קולטורעלע און נאַציאָנאַלע ירושה‟, האָט זיך אָנגעהויבן אין אַפּריל 2013 און געדויערט בערך אַ יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.