גריכנלאַנד איז באַקאַנט ווי דאָס וויגעלע פֿון דעמאָקראַטיע; מיט אַ וואָך צוריק, ווען די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון איר גלאָבאַלן אויספֿרעג פֿון אַנטיסעמיטיזם, האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז גריכנלאַנד איז דאָס סאַמע אַנטיסעמיטישע לאַנד אין אייראָפּע.
לויטן באַריכט, האָבן 69 פּראָצענטן גריכן נעגאַטיווע מיינונגען וועגן ייִדן. דער זעלבער ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטישע שטימונגען איז פֿאַראַן אין סאַודיע. דער מצבֿ אין איראַן איז מערקווירדיק בעסער (56 פּראָצענט), און אין פֿראַנקרײַך, וואָס פֿאַרנעמט דאָס צווייטע אָרט אין דער רשימה פֿון אייראָפּעיִשע אַנטיסעמיטישע לענדער, איז נאָך בעסער (37 פּראָצענט).
אויב מע קוקט אויבערפֿלעכלעך אויף די ציפֿערן, קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַנטיסעמיטיזם טרעפֿט זיך אין גריכנלאַנד אויף יעדן שריט און טריט, נעמענדיק אויך אין באַטראַכט, אַז די אָרטיקע נעאָ־נאַציסטישע פּאַרטיי „דער גאָלדענער קאַיאָר‟ האָט געוווּנען אַ סך שטימען צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס.
צום בײַשפּיל, האָבן זונטיק, דעם 18טן מײַ, זענען אין אַטען פֿאָרגעקומען די מעיאָר־וואַלן. איליאַס קאַסידיאַריס — אַ ווילדער מאַן, וועלכער האָט אַמאָל געגעבן קלעפּ אַ פֿרוי, צוליב אירע פּאָליטישע פּאָזיציעס, בעת אַן אינטערוויו אויף דער טעלעוויזיע, און וועלכער טראָגט אַ טאַטויִרונג מיט אַ גרויסן האַקנקרייץ אויף דער פּלייצע, האָט געוווּנען 16 פּראָצענט שטימען.
פֿונדעסטוועגן, ווי עס האָבן דערקלערט די אָרטיקע ייִדן און די „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ אַליין, איז די סיטואַציע נישט אַזוי פּשוט. מײַקל סאָלבערג, דער דירעקטאָר פֿון אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען בײַ דער אָרגאַניזאַציע, וועלכע האָט דורכגעפֿירט דעם אויספֿרעג, האָט געמאָלדן אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז מע טאָר נישט אָננעמען די רעזולטאַטן ווי אַ סכּנותדיקע סענסאַציע.
די ייִדישע קהילה־מנהיגים אין גריכנלאַנד האָבן באַטאָנט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט פֿראַנקרײַך, וווּ די ייִדן האָבן געליטן פֿון פֿיזישע אַטאַקן, גלייבן טאַקע אַ סך גריכן אין פֿאַרשיידענע צווייפֿלהאַפֿטיקע סטערעאָטיפּן. דאָס מיינט אָבער נישט, אַז זיי האָבן פֿײַנט ייִדן אָדער ווילן זיי אַטאַקירן.
אַ ריי קריטיקער האָבן שוין באַמערקט, אַז דער אַנומלטיקער באַריכט פֿון דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע־ליגע‟ איז נישט פֿאַרלאָזלעך, ווײַל מע האָט אויסגעפֿרעגט דעם עולם אין פֿאַרשיידענע ערטער, וואָס זיי מיינען וועגן דעם כּוח, עשירות, געטרײַשאַפֿט אין הנהגות פֿון די ייִדן. למשל, מע האָט אויך געפֿרעגט, צי ייִדן רעדן צופֿיל וועגן דעם חורבן אָדער מישן זיך צופֿיל אַרײַן אין דער וועלט־פּאָליטיק. הגם די רעזולטאַטן פֿונעם חשבון אַנטדעקן געוויסע אומאָנגענעמע סטערעאָטיפּן, מיינט עס נישט, אַז זיי דינען ווי אַ סימן פֿון עכטן אַנטיסעמיטיזם.
85 פּראָצענט פֿון די 579 אויסגעפֿרעגטע גריכן האַלטן, אַז ייִדן האָבן צופֿיל מאַכט אין דער געשעפֿט־וועלט, און 74 פּראָצענט — אַז זיי האָבן צופֿיל השפּעה אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק. ס׳איז אמת, אַז אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן זענען אין גריכנלאַנד נישט קיין נאָווינע. דער דערמאָנטער קאַסידיאַריס האָט אַמאָל ציטירט אינעם פּאַרלאַמענט די פֿאַלשע „פּראָטאָקאָלן פֿון זקני־ציון‟, און די אַנדערע דעפּוטאַטן האָבן אים פֿאַר דעם נישט קריטיקירט. אַ צאָל פּאָליטיקער גלייבן אין פֿאַרשיידענע אויסטערלישע אייגנאַרטיקע קאָנספּיראַציע־טעאָריעס וועגן ייִדן.
עווטימיאָס ציליאָפּולאָס, אַ גריכישער זשורנאַליסט און פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר, האָט באַמערקט, אַז כּלערליי קאָנספּיראַציע־טעאָריעס זענען פֿאַרשפּרייט אינעם לאַנד, וווּ אַ סך פּאָליטישע און סאָציאַלע געשעענישן זענען טאַקע רעזולטאַטן פֿון געהיימע מאַכינאַציעס. דערפֿאַר גלייבן די גריכן, אַז די גאַנצע וועלט פֿירט זיך אויף אַזוי.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער, אַנטאָניס סאַמאַראַס, פֿאַרדאַמט אַנטיסעמיטיזם. די גריכישע רעגירונג האָט אויך קריטיקירט די חורבן־אָפּלייקענער און געשאַפֿן אַ שול־פּראָגראַם וועגן דעם חורבן, בשותּפֿות מיט דער ייִדישער קהילה. די אָרטיקע קהילה־מנהיגים האָפֿן, אַז די געהעריקע בילדונג וועט העלפֿן פּטור צו ווערן פֿון די פֿאַרשפּרייטע סטערעאָטיפּן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.