מיט 34 יאָר צוריק, האָט מען אין צוויי אַמעריקאַנער שטעט, אויף די היפּוכדיקע ברעגן פֿונעם קאָנטינענט, דורכגעפֿירט צום ערשטן מאָל די אונטערנעמונג, וועלכע איז שפּעטער געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע מיטלען, וואָס פֿאַרבינדן די ייִדן אַרום דער וועלט מיט זייער קולטור — דהײַנו, דעם ערשטן ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל.
פֿאַרשיידענע אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען און שטודיעס שטרעבן צו אַנאַליזירן אויף אַ פֿאָרמעלן אופֿן דעם מצבֿ פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. די קינאָ־פֿעסטיוואַלן זענען אָבער אַ לעבעדיקער באַווײַז פֿונעם גרויסן מאַסן־אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור אינעם לאַנד. הײַנט ווערן די ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן דורכגעפֿירט יעדעס יאָר אין 100 פֿאַרשיידענע ערטער און ציִען צו די צוקוקער פֿון אַ סך לענדער. פֿאַר אַ טייל ייִדן זענען זיי געוואָרן דער איינציקער סימן פֿון זייער שײַכות צו ייִדישקייט.
צי מיינט עס, אָבער, אַז די פּעסימיסטישע אָפּשאַצונגען פֿון די כּלל־טוער און מומחים זענען טאַקע ריכטיק, וואָס לויט זייער מיינונג האַלט די סטרוקטור פֿון אונדזערע אַמאָל אַקטיווע קהילות בײַם אונטערגיין? מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט דער פֿאָרש־אינסטיטוט „פּיו‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿרעג, וואָס ווײַזט, אַז אַלץ מער ייִדן היטן אָפּ זייער רעליגיעזע אידענטיפֿיקאַציע און האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן. וואָס מיינט אָבער אַזאַ סטאַטיסטיק למעשׂה — אַחוץ דעם, וואָס דאָס ייִדישע לעבן בײַט זיך, עוואָלוציאָנירט און מוז לייזן נײַע פּראָבלעמען?
אַרבעטנדיק שוין זעקס יאָר ווי די דירעקטאָרין פֿונעם ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין פֿילאַדעלפֿיע, האָב איך שוין אַ סך מאָל באַמערקט, אַז די דאָזיקע אונטערנעמונגען זענען גאָר וויכטיק. די באַזוכער זאָגן כּסדר, אַז די פֿעסטיוואַלן „מאַכן זיי זיך פֿילן שטאָלץ, אַז זיי זענען ייִדן‟ אָדער „מאַכן זיך פֿילן ווי אַ טייל פֿון אַ קהילה‟.
במשך פֿון די לעצטע צען יאָר, האָט די דערפֿאַרונג געוויזן, אַז די ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן זענען אַ געראָטן אָרט, וווּ ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע מינים און אַנדערע גרופּעס מענטשן קאָנען זיך באַקענען איינער מיטן צווייטן. פֿאָרשטייער מיט היפּוכדיקע פּאָליטישע און רעליגיעזע אידעאָלאָגיעס, וועלכע וואָלטן זיך אַנדערש נישט געטראָפֿן, קומען צוזאַמען צו זען די נײַע פֿילמען. דער פֿעסטיוואַל לייגט פֿאָר אַ נייטראַלע פּלאַטפֿאָרם, וווּ ייִדן קאָנען מיטברענגען זייערע נישט־ייִדישע חבֿרים, און וווּ דער יונגער און אַלטער דור קאָן באַהאַנדלען די ייִדישע געשיכטע און קולטור אין אַ פֿרײַנטלעכער אַטמאָספֿער.
דאָס געפֿיל פֿון דער וויכטיקער ראָלע, וואָס איך שפּיל ווי אַ פֿירערין פֿון אַזאַ אונטערנעמונג, וואָס איז מסוגל צו ווירקן אויף דער צוקונפֿט פֿון אונדזערע קהילות, איז איינע פֿון אַ סך סיבות, פֿאַרוואָס איך האָב ליב מײַן אַרבעט. במשך פֿון די לעצטע יאָרן, האָב איך געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן, ווי די צאָל באַזוכער פֿונעם ייִדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל אין פֿילאַדעלפֿיע האָט זיך געטאָפּלט, און איך האָף, אַז אַזעלכע אונטערנעמונגען וועלן ווײַטער האַלטן אין איין וואַקסן, זיך צוגעוווינען צו נײַע באַדינגונגען און ווירקן אויפֿן אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.