אַן אַנומלטיקער אַרטיקל פֿון דזשאָרדין קוציק מיטן קעפּל „אַ קרייצצוג אין מאַנהעטן‟ האָט באַהאַנדלט אַ פּערזענלעכע איבערלעבעניש, וואָס דער מחבר האָט געהאַט. אין איינעם פֿון די ערשטע פֿרילינג־טעג פֿונעם יאָר, ווען אַלץ אין מאַנהעטן האָט געשפּרודלט מיט לעבן, זיסקייט און פֿרישקייט, האָט ער זיך אָנגעשטויסן אין אַ מיסיאָנערישער גרופּע מיטן נאָמען „קרייצצוג‟, וועלכע איז געווען צוזאַמענגעשטעלט פֿון יונגע בחורים און מיידלעך, סטודענטן פֿון קאָרעע, וואָס האָבן זיך אַריבערגעכאַפּט קיין אַמעריקע, כּדי אויסצולייזן היגע נשמות, און זיי גרייט מאַכן צו ווערן אָנגענומען אין דעם הימלישן קעניגרײַך, ווען עס וועט קומען דער סוף פֿון טעג. די גרופּע האָט אַרויסגערופֿן האַרץ־עסעניש בײַם מחבר צוליב פֿאַרשיידענע סיבות, אָבער איך וואָלט געוואָלט פֿון אים בעטן רשות צו זײַן זייער פֿאַרטיידיקער.
איר קענט אפֿשר פֿרעגן, ווי קום איך, אַ פֿרומער ייִד, צו פֿאַרטיידיקן אַ מיסיאָנערישע גרופּע, דערצו נאָך אַזעלכע, וואָס רופֿן זיך מיט אַזאַ מין נאָמען ווי „קרייצצוג‟. במחילה אָבער, לאָמיך פֿרעגן דעם מחבר מיט אויפֿריכטיקייט: איז ער טאַקע אויסן צו זען אין אַלע קריסטן די פֿאַרקערפּערונג פֿון די קרייצציגלער פֿונעם מיטל־עלטער? אַז ער האָט דערזען אין אַ פֿרילינגטאָג אַ גרופּע יונגע סטודענטן פֿון אַ קאָרעער קירך, צי האָט ער נישט געדאַרפֿט גיכער שמייכלען צו זיי און האַרציק באַגריסן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ וווילן אַמעריקאַנער?
איך האָב מיט אַ צײַט צוריק געהאַט אַ פֿאַל, ווען כ׳האָב געכאַפּט אַ שמועס מיט אַ יונגן קריסטלעכן פּיאַניסט, וואָס האָט מיר דערציילט, אַז ער שפּילט אין דער יוגנט־גרופּע בײַ זיי אין דער קירך. דער בחור, אַ ביסל אַ טונקל־הויטיקער, פֿון אַ שפּאַנישן אָפּשטאַם לויטן אויסזען, האָט בײַ מיר נושׂא־חן געווען מיט זײַן אָפֿנהאַרציקייט; שמועסנדיק, האָט ער זיך פֿאַר מיר אויסגערעדט, אַז בײַ זיי אין דער שול איז ערשט לעצטנס געווען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון „יודאַ איסקאַריאָט‟ (יהודה איש־קריות) און די אַקטיאָרן, מסתּמא אומגלייביקע, האָבן אַרײַנגעמישט אַ סך לצנות אין דער פֿאָרשטעלונג. „ס׳האָט מיר וויי געטאָן — האָט דער בחור געזאָגט — וואָס די אַקטיאָרן האָבן נישט אַרויסגעוויזן גענוג דרך־ארץ פֿאַר דער ערנסטקייט פֿון דער סצענע‟.
פֿאַרשטייט זיך, אַז איך האָב יענעם אַרויסגעוויזן מיטגעפֿיל. צוריקטראַכטנדיק האָט מיר די סיטואַציע זייער אַ גוט געפֿיל געגעבן, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז אַ קריסט האָט אין מיר, אַ ייִד, געפֿונען אַן אָפֿן האַרץ זיך אויסצורעדן איבער זײַנע אינערלעכע רעליגיעזע פּראָבלעמען. וואָס אַ שטייגער האָט אים געמאַכט טראַכטן, אַז איך וועל אים פֿאַרשטיין? אויב ער האָט נאָר געפֿילט, אַז מיר האָבן עפּעס געמיינזאַמס, איז עס פֿאַר מיר שוין געווען אַ קאָמפּלימענט.
דער מחבר פֿונעם דערמאָנטן אַרטיקל איז אַ טײַערער מענטש און איך בין אים נישט חושד אין שׂינאת־חינם, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז ער האָט קיין מאָל נישט פּראָבירט צו כאַפּן אַ שמועס מיט יונגע קריסטן. די קריסטן אין ניו־יאָרק פֿילן זיך וואָס אַ טאָג אַלץ מער אָפּגערוקט צום עק פֿון דער געזעלשאַפֿט, און עס קומט זיי נישט אָן לײַכט צו עקזיסטירן אין דער פֿײַנטלעכער סבֿיבֿה אַרום זיי. די מעדיאַ זוכט תּמיד ווי מע קען נאָר אויסראָטן אַ פּינטעלע קריסטנטום פֿונעם אַמעריקאַנער באָדן, נישט געקוקט, וואָס דאָס איז געווען די דאָמינירנדיקע רעליגיע פֿונעם לאַנד זינט דער גרינדונג. דער תּנ״ך טאָר מער נישט דערמאָנט ווערן אין די אַלגעמיינע שולן, און די אומבאַגרענעצטע סעקסואַליטעט פֿון דער הײַנטיקער סבֿיבֿה זעט אינעם קריסטנטום דעם שׂונא נומער איינס. די יונגע סטודענטן פֿון קאָרעע האָבן זיכער נישט דערוואַרט צו הערן פֿון אַ מאָדערנעם ראַציאָנעלן ייִד, אַז ער זעט אין זייער נאָמען אַן אָפּקלאַנג פֿון די מענטשן, וואָס האָבן געהרגעט זײַנע זיידעס.
אַ מאָל איז מיר אויסגעקומען צו זײַן אויף אַ קאָנצערט, וווּ ס׳האָבן געזונגען סטודענטן פֿון אַ שול, ס׳רובֿ פֿון זיי סעקולערע קינדער, און די לידער זענען געווען נישט ווייניק פּוסט אינעם אינהאַלט. איינער האָט געזונגען וועגן עסן, אַ צווייטער וועגן שלאָפֿן, אַ דריטער וועגן געלט. מיט אַ מאָל האָט זיך אַוועקגעשטעלט אַ קריסטלעך מיידל, דאָס קול האָט בײַ איר געציטערט ווי אַ בלעטל, און זי האָט גענומען זינגען „הללויה‟. אינעם אינהאַלט פֿון איר ליד האָט זי געבעטן, פֿאַרשטייט זיך, אַ גאולה פֿאַר דער מענטשהייט, און מיר דאַכט, אַז אַפֿילו אַ האַרץ פֿון שטיין האָט געקענט זיך צעגיין פֿון איר אָפֿנהאַרציקייט. ווען זי איז אַראָפּ פֿון דער בינע, האָט די לערערין אירע זי אַרומגעכאַפּט און געקושט. ס׳האָבן אַלע מסתּמא געפֿילט, אַז דאָס מיידעלע פֿאַרדינט עס.
נאָר וואָס טויג מיר איצט זינגען אַ שיר־השירים פֿאַר די אַמעריקאַנער קריסטן? איך וויל נאָר אונטערשטרײַכן, אַז צו פֿײַנט האָבן די קריסטן אין אַמעריקע צוליב אַלטע זינד, וואָס די קירך איז באַגאַנגען אין אייראָפּע קעגן אונדזערע אָבֿות, האָט גאָר קיין זין נישט. ס׳קלעפּט זיך עפּעס אַזוי שווער, אַז איך קען גאָרנישט געפֿינען די לאָגיק דערין. צו טרײַבן שפּאַס פֿון אַ גרופּע יונגע מיסיאָנערן אין מאַנהעטן, וואָס פֿאַרשטייען קוים ענגליש, זעט מיר אויס ווי אַ ביטערער וויץ.
דער מחבר, דזשאָרדין, דערציילט, אַז ער האָט גענומען מיט זיי רעדן איבער „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟ און האָט זיי פֿאָרגעוואָרפֿן, טאַקע נאָר אויף קאַטאָוועס, פֿאַר וואָס זיי נוצן אַזאַ נאָמען, וואָס רופֿט בײַ אים אַרויס שלעכטע דערמאָנונגען. דזשאָרדין וואָלט געדאַרפֿט וויסן, אַז צו רעדן וועגן „פּאָליטישער קאָרעקטקייט‟ מיט אַ קריסט, אין שײַכות מיט רעליגיעזע אָנגעלעגנהייטן, קען, מעגלעך, זײַן אַ מער דירעקטע באַליידיקונג, ווי אויפֿברענגען דעם נאָמען „קרייצצוג‟ בײַם רעדן מיט אַ ייִד. מיט אַנדערע ווערטער, דאָס אַליין איז אפֿשר נישט „פּאָליטיש קאָרעקט‟…
אַז מע וויל באַטראַכטן די אינערלעכע אַמעריקאַנער נשמה על־פּי טראַדיציע, איז דאָך אַ מאָל קיין ספֿק נישט, אַז מיר וועלן אָנקומען צו אַ טראַדיציע, וואָס איז דורכגעווייקט מיט קריסטלעכע סענטימענטן, און איז אויף דורך און דורך אינספּירירט פֿון יענע טראַדיציעס. איז די פֿראַגע, ווי אַזוי האָבן מיר זיך דערשלאָגן צו אַ צײַט, אין וועלכער קריסטנטום ווערט אַלץ מער פֿאַרווערט פֿון יעדן עפֿנטלעכן פּלאַץ? אַוודאי, נאָר דורך פּאָליטישער קאָרעקטקייט. דער קריסט איז דערפֿאַר טאַקע נישט מחויבֿ צו בייגן זיך פֿאַר דער נײַער פֿילאָסאָפֿיע; פֿאַרקערט גאָר, ער האָט אַלע רעכט צו שפּײַען אויף דעם, און ווען ער טוט דאָס נישט, וואָלט געווען אויף אים אַ קשיא. אָבער ווען מיר באַגעגענען קריסטן אויף דער גאַס און מיר ווילן זײַן „פּאָליטיש קאָרעקט‟, איז מסתּמא נישט קיין גוטער געדאַנק אַרויסצוברענגען דעם טערמין אויף די ליפּן.
זענען זיי טאַקע מיסיאָנערן, אָבער וואָס קען עס שאַטן פֿאַר דערוואַקסענע מענטשן, ייִדן אָדער גויים, זיך אָנצושטויסן מיט אַזעלכער חבֿרה ערגעץ וווּ אין דרויסן? האָט נישט דער קריסט קיין רעכט אַרויסצוגיין אויף דער גאַס און „מאַכן נפֿשות‟ פֿאַר זײַן אמונה? פֿאַר וואָס נישט? אויב בײַ אים איז באַשטימט, אַז גלייבן אין קריסטוס קען מיך אויסלייזן פֿון גיהנום, פֿאַר וואָס זאָל ער דעמאָלט נישט וועלן מיך איבערצײַגן צום שמד? איך אַליין דאַרף פֿאַרשטיין, וואָס מיר איז גוט און וואָס מיר איז נישט גוט, אָבער איך בין זייער דאַנקבאַר, ווען איך זע, אַז אַן אַנדערער מענטש טראַכט וועגן מיר. קומט אים דערפֿאַר פּעטש, וואָס ער איז מיר מציע אַ פּראָדוקט, וואָס שמעקט מיר נישט? העכסטנס קען מען זיך שיין באַדאַנקען און גיין ווײַטער.
ס׳איז אַ שאָד, האַלט איך, וואָס דער מחבר האָט אין דעם ענין זיך נישט באַטראַכט בשעת־מעשׂה, ווײַל דעמאָלט וואָלט אים די מיסיאָנערישע גרופּע אויסגעזען ווי די שענסטע האַרמאָניע צום גרויסן וועלטלעכן בילד, וואָס איז אויפֿגעקומען פֿאַר זײַנע אויגן איידער ער האָט זיי באַגעגנט. דער פֿרילינג, די יונגען און מוידן, וואָס דרייען זיך אויף די מאַנהעטענער גאַסן, די סוחרים, וואָס פֿאַרקויפֿן פּלאַסטישע שפּילעכלעך, די וועלט, וואָס לעבט און פֿרייט זיך מיט גאָטס יצירה — און טאַקע אַ גרופּע יונגע סטודענטן פֿון קאָרעע, אַלע אין בלויע קליידלעך, וואָס זענען געקומען ספּעציעל קיין ניו־יאָרק, כּדי מחזיר בתּשובֿה צו זײַן פֿאַרבלאָנדזשעטע נשמות. אַך! ווי שיין איז אַזאַ פֿרילינג!…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.