ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

עפּיזאָד פֿונעם פֿילם Procès de Viviane Amsalem [וויוויאַן אַמסאַלעמס מישפּט]
עפּיזאָד פֿונעם פֿילם Procès de Viviane Amsalem [וויוויאַן אַמסאַלעמס מישפּט]

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published May 23, 2014, issue of June 20, 2014.

פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראל־פֿילמען

אויפֿן פֿילם־פֿעסטיוואַל אין קאַן קען מען הײַיאָר זען פֿינעף ישׂראלדיקע פֿילמען. דער ישׂראלדיקער קינאָ איז אין די לעצטע יאָרן אַלץ מער און מער אין דער מאָדע אין פֿראַנקרײַך, נישט נאָר ווען די טעמעס האָבן צו טאָן מיטן פּאָליטישן מצבֿ, נאָר אויך סתּם, ווען עס גייט אין טאָג־טעגלעכן ישׂראלדיקן לעבן.

דער פֿילם That Lovely Girl [אָט דאָס חנעוודיק מיידל] פֿון דער רעזשיסאָרין קרן ידעיה ווערט פּראָיעקטירט אין דער סעקציע „אַ געוויסער בליק‟. די העלדין פֿון פֿילם, תּמי, אַ מיידל פֿון 20 יאָר, וואָס וווינט מיטן טאַטן. אין אָנהייב פֿילם זעט אויס זייער לעבן גאַנץ נאָרמאַל, נאָר ביסלעכווײַז אַנטדעקט דער צוזעער, אַז תּמי לעבט ווי אין אַ טורמע, ווײַל דער טאַטע לאָזט זי נישט צו צו דער וועלט. זי איז אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿון אים און פֿון זײַן אומסטאַביל געמיט.

די פֿילמען „הגננת‟ [די קינדער־גערטנערין] פֿונעם רעזשיסאָר נדבֿ לפּיד, און „בורג‟ [שרויף] פֿון דער רעזשיסאָרין שירה גפֿן ווערן פּראָיעקטירט אין די ראַמען פֿון דער „קריטיק־וואָך‟, אַ פּרעסטיזשפֿולע סעקציע פֿון פֿעסטיוואַל, וווּ עס באַטייליקן זיך יונגע רעזשיסאָרן מיט זייער ערשטן צי צווייטן פֿילם.

די פֿילמען „את לי לילה‟ [דו ביסט מיר אַ נאַכט] פֿונעם רעזשיסאָר אסף קורמן, און „גט‟ פֿון די רעזשיסאָרן שלומי און רונית אלקבץ ווערן פּראָיעקטירט אין די ראַמען פֿון „די צוויי וואָכן פֿון די רעזשיסאָרן‟. רונית אלקבץ איז אַ באַקאַנטע אַקטריסע אין פֿראַנקרײַך, און דער פֿילם איז דער דריטער טייל פֿון אַ טרילאָגיע, וואָס זי האָט געשריבן און רעזשיסירט מיטן ברודער שלומי. אויף פֿראַנצייזיש הייסט דער פֿילם Procès de Viviane Amsalem [וויוויאַן אַמסאַלעמס מישפּט]. ווי דער טיטל זאָגט אָן, גייט עס אין אַ פֿרוי וואָס איר מאַן, מיט וועמען זי לעבט שוין לאַנג נישט מער, וויל איר נישט געבן קיין גט. רונית אלקבץ שפּילט אַליין די פֿרוי וויוויאַן אַמסאַלם, און מיט איר שפּילט אַ גאַנצע גוואַרדיע פֿון ישׂראלס באַקאַנטסטע אַקטיאָרן. דער פֿילם באַהאַנדלט די טעמע אויף אַ טעאַטראַלישן אופֿן: אַלץ ווערט פֿילמירט אין די זאַלן פֿונעם בית־דין, און דער בליק פֿון די רעזשיסאָרן קאָנצענטרירט זיך אויפֿן שפּילן פֿון די אַקטיאָרן און אויף די דיאַלאָגן, און מאָנאָלאָגן. זיי ווײַזן אונדז די טראַגישע און קאָמישע אַספּעקטן פֿון דער אַבסורדער סיטואַציע.

די פּראָיעקציע פֿון פֿילם אין פֿעסטיוואַל איז פּונקט צונויפֿגעפֿאַלן מיטן פֿראַנצייזישן גט־סקאַנדאַל, וואָס צעטרייסלט איצטער די ייִדישע קהילה און אירע אינסטיטוציעס (מיט אַ וואָך צוריק האָבן מיר שוין באַריכט וועגן דעם). מן־הסתּם האָבן ס’רובֿ צוזעער אין זאַל נישט געקענט די מעשׂה און בכלל נישט געוווּסט פֿון פֿריִער, וואָס אַ גט איז; אָבער די רעאַקציעס פֿון עולם זענען געווען גאָר ענטוזיאַסטישע, און מע האָט אַפֿילו געלאַכט אין אַלע ריכטיקע ערטער.

נאָך דער פּראָיעקציע האָט מען געהאַלטן אַ דעבאַטע מיט די רעזשיסאָרן און די אַקטיאָרן, און דעמאָלט האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז נישט אַלע זענען מסכּים מיט זייער קריטיק פֿון די רעליגיעזע אינסטיטוציעס. איינער פֿון די צוזעערס האָט גאָר באַשולדיקט רונית אלקבץ, אַז זי איז אַ ליגנערין, און אַזעלכע פֿאַלן געשעען פּשוט נישט, און ס’איז געוואָרן אַ גרויסער טומל אין זאַל.


ערבֿ די וואַלן אין אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט

דעם זונטיק וועלן פֿאָרקומען די אייראָפּעיִשע וואַלן אין פֿראַנקרײַך. מע רעדט אַ סך וועגן דעם, אַז אין די לעצטע יאָרן ווערן די רעכט־ראַדיקאַלע פּאַרטייען אין אייראָפּע וואָס אַ מאָל שטאַרקער, און דאָס איז די הויפּט־זאָרג פֿון אַ גרויסן טייל פֿון דער ייִדישער קהילה אין פֿראַנקרײַך אויך. אָבער אין די אייראָפּעיִשע וואַלן שטעלן זיך אַלע מאָל אויך אַ סך קליינע, צומאָל איזאָטערישע פּאַרטייען, און ס’איז טשיקאַווע צו קוקן אויף די ליסטעס, זיי צו אַנטדעקן.

די „פּאַן־אייראָפּעיִשע ציוניסטישע פּאַרטיי‟ וויל קעמפֿן קעגן אַנטיסעמיטיזם און אַנטי־ציוניזם, און ברענגען קיין אייראָפּע אַן עקאָנאָמישע און סאָציאַלע פּאָליטיק לויטן ישׂראלדיקן שטייגער. דער גרינדער פֿון דער פּאַרטיי איז דער יונגער זשורנאַליסט יונתן־שמעון סעלעם, און דער וויצע־פּרעזידענט איז דער שרײַבער און פֿאָרשער מאַראַ־פּינחס סאַדײַ, אַ גר פֿון קאָנגאָ־אָפּשטאַם. ביידע וווינען אין ישׂראל, אָבער די פֿראַנצויזן מוזן נישט וווינען אין פֿראַנקרײַך, כּדי צו שטימען אָדער זיך צו שטעלן פֿאַר די וואַלן. מאַראַ און סעלעם מיינען, אַז די אייראָפּעיִשע לענדער וואָלטן געדאַרפֿט פֿאָלגן דעם ישׂראלדיקן בײַשפּיל אין אַ סך געביטן, און אַז דאָס וואָלט געווען די לייזונג פֿאַר כּמעט אַלע פּראָבלעמען אין אייראָפּע.

כאָטש עספּעראַנטאָ איז קיין מאָל נישט געוואָרן אַזוי צעשפּרייט ווי איר אויסגעפֿינער לודוויק זאַמענהאָף האָט געהאָפֿט, וואָלט ער אפֿשר געווען צופֿרידן צו זען, אַז ביז הײַנט זענען דאָ איבערגעגעבענע עספּעראַנטיסטן, וואָס זענען זיך נישט מיאש, און פּרוּוון נאָך אַלץ איבערצײַגן די וועלט, אַז די שפּראַך איז דער שליסל פֿאַר אַ פֿרידלעך צוזאַמענלעבן צווישן מענטשן. פּונקט דאָס איז דער ציל פֿון דער פּאַרטיי Europe Démocratie Espéranto, וואָס וויל עספּעראַנטאָ זאָל ווערן אַן אָפֿיציעלע אייראָפּעיִשע שפּראַך. די פּאַרטיי איז געשאַפֿן געוואָרן אין 2003 אין שטראַסבורג, און הײַנט צו טאָג עקזיסטירט זי שוין אין 19 אייראָפּעיִשע לענדער. ביז איצטער האָבן זיי נאָך נישט באַקומען גענוג שטימען אַרײַנצוגיין אין אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, נאָר אפֿשר וועט 2014 ווערן דאָס יאָר פֿון דער עספּעראַנטאָ־רעוואָלוציע אין אייראָפּע.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.