די שטאָטישע אַדמיניסטראַציע אין אַמסטערדאַם האָט באַשטימט אויסצוטיילן 1.18 מיליאָן דאָלאַר פֿון איר בודזשעט צו באַצאָלן צוריק די קנסן, וואָס זענען אומיושרדיק אַרויפֿגעלייגט געוואָרן אויף די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה.
דאָנערשטיק, דעם 22סטן מײַ, האָט דער מעיאָר פֿון אַמסטערדאַם, עבערהאַרד וואַן דען לאַאַן, דערקלערט, אַז נאָך דער דײַטשישער אָקופּאַציע פֿון האָלאַנד אינעם יאָר 1940, האָבן אַ סך ייִדישע בעלי־בתּים פֿון אַמסטערדאַמער הײַזער נישט געקאָנט באַצאָלן די שטײַערן פֿאַר זייער אייגנטום. צוליב דעם, האָט די האָלענדישע רעגירונג אַרויפֿגעלייגט אַ קנס־שטראָף אויף הונדערטער ייִדן.
לויט דעם איצטיקן באַשלוס פֿון דער מוניציפּאַליטעט, וועט מען אַרײַנלייגן דאָס געלט אין אַ ספּעציעלן פֿאָנד, כּדי אָפּצוצאָלן די קאָמפּענסאַציע פֿאַר די דאָזיקע קנסן דער שארית־הפּליטה אָדער זייערע יורשים. אַחוץ דעם, פּלאַנירט מען אויך אַרײַנצולייגן אינעם זעלבן פֿאָנד דעם עקוויוואַלענט פֿון דער סומע, וואָס אַ טייל ייִדן האָבן יאָ אומיושרדיק באַצאָלט ווי שטײַערן פֿאַר זייערע הײַזער, ווען זיי האָבן געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די נאַציס אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן.
מיט אַ חודש צוריק, האָט דער „אינסטיטוט פֿאַר מלחמה־, חורבן־ און גענאָציד־שטודיעס‟ (NIOD) פֿאַרעפֿנטלעכט אַ באַריכט, וועלכער האָט געוויזן, אַז די אַמסערדאַמער מוניציפּאַליטעט האָט אומיורשדיק געזאַמלט מער ווי 10 מיליאָן דאָלאַר פֿון די ניצול־געוואָרענע; מע איז זיך משער, אַז די אַלגעמיינע סומע איז געווען בערך 14.5 מיליאָן. וואַן דער לאַאַן האָט געזאָגט, אַז ווען די הײַנטיקע שטאָטישע אינסטאַנצן האָבן אויסגעפֿונען וועגן דעם באַריכט, האָבן זיי פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס אַרויפֿלייגן די קנסן אויף די גערודפֿטע ייִדן איז געווען „אומפּאַסיק‟.
אינעם יאָר 1942, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן דעפּאָרטירן די האָלענדיקע ייִדן אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן. דרײַ פֿערטל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד, וואָס האָט דעמאָלט באַטראָפֿן 140,000 נפֿשות, זענען פֿאַרניכטעט געוואָרן.
די צײַטונג „העט פּאַראָאָל‟, וועלכע האָט פּובליקירט אַן אַרטיקל וועגן דעם נײַעם קאָמפּענסאַציע־פּלאַן, האָט איבערגעגעבן, אַז אין אַ סך פֿון די געוועזענע ייִדישע הײַזער האָבן זיך באַזעצט נאַצי־אָפֿיצירן און זייערע אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן. די שטאָט האָט באַשטראָפֿט די אַנטלאָפֿענע און פֿאַרשיקטע בעלי־בתּים פֿון די הײַזער ביז 1947.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.