בײַם סוף פֿונעם קלאַסישן אַמעריקאַנער מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך‟, וואָס הײַיאָר פּראַוועט מען זײַן 50־יאָריקן יוביליי, ווײַזט מען, ווי טבֿיה אַנטלויפֿט מיט זײַן משפּחה פֿונעם שטעטל אַנאַטעווקע, האָפֿנדיק אָנצוהייבן אַ נײַ לעבן, בעסער און מער פֿאַרזיכערט, אין אַן אַנדער לאַנד. דאָס אויסגעטראַכטע שטעטל געפֿינט זיך, זעט אויס, אין אוקראַיִנע.
להיפּוך צו דעם דאָזיקן סטערעאָטיפּישן אימאַזש, און נישט געקוקט אויף דער לאַנגער געשיכטע פֿון בלוטיקע אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, דעם חורבן און דער שפּעטערדיקער מאַסן־עמיגראַציע, לעבן אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע סך ייִדן — פֿון 70 ביז 400 טויזנט, לויט פֿאַרשיידענע חשבונות. אַדרבה, נישט געקוקט אויף די הײַנטיקע פּאָליטישע אומרוען, דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ און ערנסטע זאָרגן וועגן אַנטיסעמיטיזם, קלײַבט זיך ס׳רובֿ פֿון זיי צו בלײַבן אינעם לאַנד.
די, וואָס אַסאָציִיִרן אוקראַיִנע מיט די פּאָגראָמען, נאַצי־חורבן אָדער סטאַלינס תּקופֿה, זאָלן זיך דערמאָנען, אַז הײַנט איז שוין דאָס 21סטע יאָרהונדערט. דער מצבֿ אין אוקראַיִנע איז גאַנץ אַנדערש, למשל, פֿונעם יאָר 1939. די אָרטיקע ייִדן קאָנען גענוג גרינג אַוועקפֿאָרן אין אַן אַנדער לאַנד, טאָמער די סיטואַציע אין דער היים ווערט צו שווער אָדער סכּנותדיק. פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אַרבעטן בשותּפֿות מיט די רעגירונגען און אַלגעמיינע בירגער־גרופּעס, און טרעטן אויף בפֿרהסיה קעגן אַנטיסעמיטיזם און קסענאָפֿאָביע.
די אוקראַיִנישע ייִדן זענען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט זייער לאַנד, וווּ עס וווינען אויך זייערע משפּחות און חבֿרים. נישט ווייניק פּראָמינענטע פּאָליטישע, קולטורעלע און געשעפֿט־פֿיגורן אין אוקראַיִנע, ווי אויך זשורנאַליסטן און אַנדערע באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן, זענען ייִדן. נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך אינעם לאַנד אַנטוויקלט אַ גרויסע נעץ פֿון ייִדישע קהילה־צענטערס, שילן, בילדונג־אַנשטאַלטן מכּל־המינים, קינדער־לאַגערן און קולטור־אָרגאַניזאַציעס.
אין דער מערבֿדיקער פּרעסע האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען וועגן אַ מעגלעכער מאַסן־עוואַקואַציע פֿון די אוקראַיִנישע ייִדן. געוויסע זשורנאַליסטן טענהן, אַז מע מוז אַנטלויפֿן פֿון אַזאַ אָרט. למעשׂה, ווילן די אוקראַיִנישע ייִדן אין ערגעץ נישט עמיגרירן. אַדרבה, מיר מוזן זיך באַציִען מיט דרך־ארץ צו זייער ברירה, שטיצן ווײַטער זייערע אָרגאַניזאַציעס און אָננעמען דעם פֿאַקט, וואָס ס׳רובֿ דאָרטיקע ייִדישע תּושבֿים ווילן בלײַבן אינעם לאַנד, וווּ זיי זענען געבוירן און דערצויגן געוואָרן.
טאַניאַ וואָראָביאָוואַ, אַ באַאַמטע פֿונעם אָדעסער ייִדישן קהילה־צענטער, האָט איבערגעגעבן, אַז איר קהילה איז פֿאַרזאָרגט פֿון די בלוטיקע אומרוען, אָבער קלײַבט זיך נישט פֿאַרלאָזן די שטאָט. להיפּוך צו דעם דערמאָנטן סטערעאָטיפּ, טראַכט נישט דער הײַנטיקער אוקראַיִנישער „טבֿיה‟, אַז ייִדן מוזן אַנטלויפֿן פֿון מיזרח־אייראָפּע.
אַלען גיל איז דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם „דזשוינט‟.
פּאָל אַנטיקאָני איז דער דירעקטאָר פֿון World Jewish Relief אין ענגלאַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.