נישט לאַנג צוריק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער סאַיעד קאַשואַ קומט קיין אַמעריקע, און וועט אָפּהאַלטן אַ לעקציע אין „סאַראַ לאָרענס קאָלעדזש‟, בלויז 15 מינוט אַוועק פֿון מײַן שטוב. איך האָב זיך דערפֿרייט מיט דער בשׂורה, ווײַל איך האָב מיט אַ חודש פֿריִער געהאַט געענדיקט זײַנס אַ ראָמאַן — דאָס ערשטע מאָל, אַגבֿ, וואָס כ׳האָב איבערגעלייענט אַ גאַנץ בוך אויף העברעיִש.
קאַשואַ איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכער ישׂראלדיקער שרײַבער, ווײַל ער איז אַן אַראַבישער ישׂראלי, וואָס שרײַבט בלויז אויף העברעיִש — אַ זאַך פֿאַר וועלכער ער ווערט אָפֿט קריטיקירט אין דער אַראַבישער וועלט.
אַחוץ זײַנע ראָמאַנען, פֿירט קאַשואַ אַ סאַטירישע וועכנטלעכע רובריק אין „האָרץ‟ וועגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון אַן אַראַבער אין ישׂראל, און שרײַבט אויך דעם סצענאַר פֿון „עבֿודה ערבֿית‟ (אַראַבישע אַרבעט) — אַ פּאָפּולערע קאָמעדיע אויפֿן ישׂראלדיקן טעלעוויזיע־קאַנאַל 2 וועגן אַן אַראַביש־ישׂראלדיקן זשורנאַליסט (וואָ׳דען?) און זײַן אַמביוואַלענץ צו זײַן אַראַבישער אידענטיטעט, בעת ער באַמיט זיך אײַנצוגלידערן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
דער ראָמאַן, וואָס איך האָב געלייענט — „גוף שני יחיד‟ [איינצאָל פֿון דער צווייטער פּערזאָן] — האָט געוווּנען דעם „בערנשטיין־פּריז‟ אין 2011. (מיט זיבן יאָר פֿריִער האָט קאַשואַ געוווּנען דעם ישׂראלדיקן פּרעמיערס פּריז פֿאַר ליטעראַטור.) כאָטש דער טיטל „גוף שני יחיד‟ קלינגט ווי אַ גראַמאַטיק־לעקציע, איז עס, אַ פּנים, אַ מעטאַפֿאָר פֿון זײַן פֿאַרלאַנג צו פֿאַראייניקן זײַן טאָפּלטע אידענטיטעט, צו מאַכן פֿון צוויי מענטשן — איינעם. דער אויסדרוק קאָן אויך זײַן אַ מיטל צו לאָזן דעם לייענער וויסן, אַז ער ווענדט זיך צו אים פּערזענלעך. און דער לייענער פֿילט עס טאַקע. דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן מיט אַ פּסיכאָלאָגישן פֿאַרשטאַנד, פּאַטאָס און הומאָר, אָבער אויך פֿאַרוויקלט אין מיסטעריע, אַזוי אַז דער לייענער ווערט גלײַך אַרײַנגעצויגן אין דעם סיפּור־המעשׂה.
דער ראָמאַן דערציילט וועגן צוויי אַראַבער — אַ הצלחהדיקער קרימינעלער אַדוואָקאַט און אַ סאָציאַלער אַרבעטער, וואָס זייערע לעבנס קומען זיך צונויף אויף זייער אַ טשיקאַווען אופֿן. דורך די צוויי פּאַרשוינען גיט קאַשואַ אַ ריי רמזים וועגן דער קאָמפּליצירטער אידענטיטעט פֿון דעם הײַנטיקן אַראַבישן ישׂראלי. דער אַדוואָקאַט, למשל, זעט אויס, פֿון איין זײַט, ווי אַ סוקצעס: ער האָט זײַן אייגענעם ביוראָ אין מערבֿ־ירושלים (דאָס הייסט, אינעם ייִדישן טייל) און אַ סך קליענטן; ער פֿאַרמאָגט אַ גרויס הויז און אַ מערצעדעס, און האָט אַ שיין ווײַב מיט צוויי קינדער, וואָס ער האָפֿט צו שיקן אין אַ ישׂראלדיקער שול, כּדי זיי זאָלן זיך שאַפֿן ייִדישע פֿרײַנד און במילא מצליח זײַן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט.
ס׳איז אָבער קלאָר, אַז ער ראַנגלט זיך מיט זײַן „געמישטער‟ אידענטיטעט. פֿון איין זײַט, איז ער שטאָלץ מיט זײַנע אַראַבישע וואָרצלען, אָבער גלײַכצײַטיק שעמט ער זיך דערמיט. אין איין רירנדיקער סצענע, זיצט ער אין זײַן באַליבטן קאַפֿע אויף קינג דזשאָרדזש־גאַס, און באַשרײַבט די באַקאַנטע פּאַרשוינען:
„די אויסלענדישע זשורנאַליסטין איז געזעסן מיט אַ פּאַפּיראָס אין דער האַנט און אַ שויס־קאָמפּיוטער פֿאַר די אויגן. דער פּראָפֿעסאָר פֿון קונסט־געשיכטע איז געזעסן מיט אַן אָפֿענעם בוך. דער גרונט־סוחר האָט געפֿירט מיט זײַן קונה אַ לעבעדיקן שמועס וועגן פֿוסבאָל, און אַן אַלט פּאָרפֿאָלק האָט געגעסן פֿרישטיק און בכלל נישט אַרויסגערעדט קיין וואָרט. ׳און ווי זע איך אַליין אויס?׳ האָט דער אַדוואָקאַט פּלוצלינג זיך פֿאַרטראַכט און, דרך־אַגבֿ, דערזען זײַן פֿאַרקרומטע אָפּשפּיגלונג אין דער גלאַנציקער קאַווע־מאַשין.‟
אָט די „פֿאַרקרומטע‟ אָפּשפּיגלונג איז, אַ פּנים, מרמז אויף דער טיפֿער פּסיכאָלאָגישער אומזיכערקייט, וואָס דער אַדוואָקאַט פֿילט, נישט וויסנדיק צו וועלכער געזעלשאַפֿט ער באַלאַנגט.
דער צווייטער העלד, דער סאָציאַלער אַרבעטער, ווײַזט אַרויס זײַן אַמביוואַלענץ אויף אַ גאָר אַנדערן אופֿן. ווי דער נאַכט־אויפֿפּאַסער פֿון אַ פּאַראַליזירטן ייִדישן בחור, יונתן, קלערט ער, אַז ס׳איז אַ שאָד, וואָס יונתנס געפּרעסטע מלבושים הענגען אומזיסט, הייבט ער זיי אָן אַליין צו טראָגן. דערנאָך „באָרגט‟ ער יונתנס טײַערן פֿאָטאָ־אַפּאַראַט און לערנט זיך אויס ווי צו מאַכן קינסטלערישע בילדער. צום סוף, פֿאַרשרײַבט ער זיך (און ווערט אַפֿילו אָנגענומען) אין דער „בצלאל קונסטשול‟, אויפֿן סמך פֿון יונתנס אידענטיפֿיקאַציע־פּאַפּירן. מיט אַנדערע ווערטער, ער האָט דערגרייכט זײַן חלום: צו ווערן אַ פֿול־שטענדיקער ישׂראלדיקער ייִד.
די לעקציע, וואָס קאַשואַ האָט געגעבן אין „סאַראַ לאָרענס קאָלעדזש‟, איז טאַקע געווען זייער אינטערעסאַנט. דערציילנדיק וועגן זײַנע קינדער־יאָרן אינעם אַראַבישן שטעטל טיראַ, נאָענט צו כּפֿר־סבא, איז קלאָר געוואָרן, בײַ וועמען ער האָט געירשנט זײַן טאַלאַנט. „מײַן באָבע האָט נישט געקענט לייענען אָדער שרײַבן, אָבער זי איז געווען אַן אויסערגעוויינטלעכע דערציילערין,‟ האָט ער געזאָגט. „ווען ס׳האָט זיך מיר געחלומט אַ בייזער חלום, בין איך נישט געקראָכן צו דער מאַמען אין בעט, נאָר צו דער באָבען, און זי האָט מיר דערציילט פֿאַנטאַסטישע כּישוף־מעשׂיות, און אויך וועגן אירע שרעקלעכע איבערלעבונגען בעת דער מלחמה אין 1948. וועגן ציוניזם, פּאַלעסטינער, אָדער גרענעצן האָט זי גאָרנישט געוווּסט; זי האָט בלויז דערציילט איר פּערזענלעכע געשיכטע, מיט אַלע פֿאַרכאַפּנדיקע פּרטים.‟ איר מאַן איז טאַקע בעת דער מלחמה דערשאָסן געוואָרן.
נאָך דעם ווי דער יונגער סאַיעד האָט פֿאַרענדיקט די עלעמענטאַר־שול אין טיראַ, האָט מען אים אָנגענומען אין אַ ישׂראלדיקער מיטלשול, מיט אַן אינטערנאַט, פֿאַר טאַלאַנטירטע קינדער. צום ערשטן מאָל האָט ער געוווינט צווישן ייִדן. „די אַנדערע תּלמידים האָבן חוזק געמאַכט פֿון מיר, וואָס איך ווייס נישט ווער די ׳ביטלס׳ זענען, און אויך פֿון די ראָזעווע לײַלעכער מיט העלפֿאַנטן, וואָס מײַן מאַמע האָט מיר ספּעציעל געקויפֿט פֿאַר מײַן ׳נײַער היים׳.‟
בײַם סוף פֿון דער ערשטער וואָך איז אויסגעפֿאַלן ראש־השנה, האָט סאַיעד געדאַרפֿט אַהיימפֿאָרן „אויף יום־טובֿ‟. אין מיטן דער נסיעה האָט דער אויטאָבוס זיך אָפּגעשטעלט און אַ סאָלדאַט איז אַרײַנגעקומען. „ער האָט מיר געהייסן אַרויסנעמען מײַנע פּאַפּירן, און פֿאַר גרויס נערוועזקייט האָב איך זיי נישט געקענט געפֿינען,‟ האָט קאַשואַ דערציילט. „האָט ער מיר געהייסן אַראָפּגיין פֿון אויטאָבוס מיטן באַגאַזש, און האָט אַליין אָנגעהייבן זוכן אין מײַן רענצל. כ׳האָב אַזוי מורא געהאַט, אַז כ׳האָב זיך פּלוצלינג צעוויינט. דער סאָלדאַט האָט רחמנות געקראָגן אויף מיר, מיר געבראַכט אַ גלאָז וואַסער, און זיך פֿאַרענטפֿערט, אַז ס׳איז ׳בלויז אַ רוטין׳.‟
נישט געקוקט אויף דעם קולטור־שאָק פֿון לעבן צווישן ישׂראלים, האָט דאָס געוועזענע דאָרפֿס־ייִנגל פֿאָרט אַ סך גענאָסן פֿון זײַן דערציִונג אין דער ישׂראלדיקער שול, בפֿרט נאָכן באַקענען זיך מיט דער וועלט־ליטעראַטור. „מײַן טאַטע האָט פֿאַרמאָגט בלויז דרײַ ביכער אין שטוב: איינס פֿון טאָלסטוי, איינס פֿון לענין און איינס פֿון טראָצקי. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער קיין איין ראָמאַן נישט געלייענט.‟
דער ערשטער ראָמאַן, וואָס סאַיעד האָט איבערגעלייענט איז געווען Catcher in the Rye — דאָס קלאַסישע ווערק פֿון דזשיי ד. סאַלינדזשער, געשריבן פֿונעם קוקווינקל פֿון אַן אומרויִקן, רעבעלירנדיקן בחור. דאָס בוך האָט געמאַכט אויפֿן יונגן סאַיעד אַ געוואַלדיקן רושם. „כ׳האָב דערזען, אַז איך קען לייענען אַ גאַנצן ראָמאַן אויף העברעיִש, און אויך — אַז אַ ייִנגל קאָן אויסדריקן אַזוינע געפֿילן, און שעלטן אַזוי פֿיל!‟
שפּעטער, בעת זײַן שטודירן פֿילאָסאָפֿיע און סאָציאָלאָגיע אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט, האָט קאַשואַ זיך פֿאַרליבט אין אַ ייִדיש מיידל. „אַוודאי, האָב איך נישט גערעדט קיין וואָרט מיט איר. מײַן איינציקער חלום איז געווען — צו האַלטן איר האַנט, בעת אונדזער קלאַס איז אַרויס אויף אַן עקסקורסיע.‟
ווען סאַיעד האָט שוין יאָ אָנגעהויבן גיין מיט אַ ייִדיש מיידל, האָט ער אָבער אײַנגעזען, אַז זײַנע באַמיִונגען זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט זענען אומזיסט. די מאַמע פֿון זײַן מיידל האָט געזאָגט: „ס׳וואָלט מיר שוין ליבער געווען, אַז מײַן טאָכטער זאָל זײַן אַ לעזבישע, איידער זי זאָל גיין אויף ראַנדקעס מיט אַראַבער.‟
הײַנט וווינט קאַשואַ מיט זײַן פֿרוי (אַן אַראַבישע) און צוויי קינדער אין אַ געגנט לעבן קטמון, ירושלים, צווישן ייִדישע שכנים. „איך וויל נישט אויסזאָגן דעם נאָמען פֿון דער געגנט, ווײַל צוליב דעם קאָנען דאָך פֿאַלן די פּרײַזן פֿון הײַזער,‟ האָט ער זיך געוויצלט.
ווי קאַשואַ האָט געטאָן מיט יאָרן צוריק, לערנען זיך זײַנע קינדער אין אַ ישׂראלדיקער שול, אָבער בײַ זיי איז עס אַ סך נאַטירלעכער ווי ס׳איז געווען בײַ אים. „מײַן זון איז איצט אין קינדער־גאָרטן און האָט ליב צו זײַן דער ׳אבא של שבת׳. זײַן לערערין האָט מיר געזאָגט: ׳דײַן זון זינגט די חנוכּה־לידער בעסער פֿון אַלע אַנדערע קינדער.׳ מײַן טאָכטער רעדט העברעיִש אָן שום אַקצענט, און יעדעס מאָל וואָס איך שפּיל אַ ליד פֿון לבֿנון־מוזיקער, מאַכט זי עס שטילער.‟
אַ פֿראַנצויזישער זשורנאַליסט האָט אַמאָל געפֿרעגט קאַשואַ, פֿאַר וואָס ער שרײַבט דווקא אויף העברעיִש. „ס׳איז שווער צו ענטפֿערן אויף אַזאַ פֿראַגע,‟ זאָגט ער. „אפֿשר איז עס, ווײַל ׳אַני אוהב אותך׳ איז מיר נעענטער צום האַרצן ווי דער אַראַבישער אויסדרוק פֿון ליבע. און אפֿשר ווײַל העברעיִש האָט מיר פֿאָרט געגעבן די פֿרײַהייט צו שרײַבן.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.