„קלוגע טעלעפֿאָנען: נאָך אַלץ געפֿערלעך‟

Smartphones: Still Dangerous


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published May 25, 2014, issue of June 20, 2014.

אָנהייב פֿרילינג האָב איך אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ אַן אַרטיקל וועגן דער הײַנטיקער מכּה פֿון די „קלוגע טעלעפֿאָנען‟; זיי מאַכן פֿון זייערע באַנוצער גולמים, וועלכע פֿאָלגן נאָך דעם ווילן פֿון די דיגיטאַלע אינסטרוקציעס, וואָס זיי באַקומען דורך די דאָזיקע מכשירים. מײַן האַלב־ערנסטער, האַלב־סאַרקאַסטישער אַרטיקל, אין וועלכן איך האָב דערקלערט, פֿאַרוואָס איך האַלט, אַז די דאָזיקע מכשירים זענען געפֿערלעך, האָט גורם געווען שאַרפֿע אָפּרופֿן אויף „פֿייסבוק‟, בפֿרט פֿון חסידים, וואָס האַלטן זייערע „סמאַרטפֿאָנען‟ פֿאַר אַן אומשאַצבאַרער פֿאַרבינדונג מיט דער „דרויסנדיקער‟ וועלט און אַ נוצלעך פֿאַרווײַלונגס־געצײַג דערצו. די קריטיקער פֿון מײַן אַרטיקל זענען, פֿון דעסטוועגן, צום טייל גערעכט; די דאָזיקע טעלעפֿאָנען האָבן דאָך גאָר אַ סך מעלות. דאָס ווייס איך איצט אַליין, ווײַל ניט געקוקט אויף מײַן אַרטיקל, האָב איך אין אָנהייב מײַ באַקומען אַן אייגענעם „סמאַרטפֿאָן‟ נאָך אָפּזאָגן זיך דערפֿון אַ פּאָר עקשנותדיקע יאָרן. אין געוויסע ענינים איז מײַן לעבן געוואָרן גרינגער.

איידער איך האָב באַקומען די דאָזיקע טשאַטשקע, בין איך זייער אָפֿט פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן. די סיבה דערפֿאַר איז, ניט ווײַל איך האָב ניט קיין חוש פֿאַר נאַוויגירן (וואָס איז, טיילווײַז אויך אמת), נאָר ווײַל איך בין ניט אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט ניו־יאָרק. יעדעס מאָל, ווען איך האָב געדאַרפֿט ערגעץ אָנקומען, פֿלעג איך פֿון פֿריִער קאָנטראָלירן אויפֿן קאָמפּיוטער, און דערנאָך פֿאַרשרײַבן די אינפֿאָרמאַציע. ווען עס האָט זיך אָבער געטראָפֿן, אַז די באַן, מיט וועלכער איך האָב געדאַרפֿט פֿאָרן, האָט געביטן איר מאַרשרוט אָדער ווען איך בין פּשוט פֿאַרבלאָנדזשעט געוואָרן, בין איך געווען אויף געהאַקטע צרות. איצט, צוליב דער „גלאָבאַלער פּלאַציר־סיסטעם‟ (GPS) אויף מײַן טעלעפֿאָן, ווער איך קיינמאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשעט. דער טעלעפֿאָן זאָגט מיר, וווּ איך געפֿין זיך און ווי אַזוי איך זאָל אַהין אָנקומען אין אַ באַשטימטן אָרט.

אַחוץ די נאַוויגאַציע־כּלים בין איך ממש פֿאַרכאַפּט מיט די ביכער, וואָס מע קען קריגן אומזיסט דורכן „סמאַרטפֿאָן‟, ניט געקוקט אויף דעם, וווּ מע געפֿינט זיך. ס׳איז טאַקע אַן אוצר־הספֿרים און איך האָב שוין איבערגעלייענט אַ פּאָר ביכער אויפֿן „סאָבוויי‟ דורך מײַן „סאַמסונג־גאַלאַקסי‟. און פֿאַרשטייט זיך, אַז ס׳איז ניט קיין קלייניקייט, וואָס איך קען איצט איבערלייענען מײַנע בליצבריוו און איבערקוקן וואָס עס טוט זיך אויף „פֿייסבוק‟, ווען און וווּ נאָר איך וויל. איז, איך פֿאַרשטיי דאָך די מעלות פֿון דער דאָזיקער טעכנאָלאָגיע.

אָבער די חסרונות, זענען, צום באַדויערן, אויך ריזיקע, גרעסער אַפֿילו ווי איך האָב פֿריִער געמיינט. וועגן דעם בין איך איבערגעצײַגט געוואָרן ניט לאַנג צוריק צוליב אַ שרעכלעכן, און באמת אַרבסורדישן אינצידענט אין „סאָבוויי‟. צו דעם דאָזיקן אינצידענט בין איך געווען ניט בלויז אַן עדות, נאָר אויך אַ וויכטיקער אָנטיילנעמער אין דער כּמעט טראַגישער פּאַסירונג.

די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען בײַ דער 14טער גאַס, וווּ איך האָב געדאַרפֿט זיך איבערזעצן פֿון איין באַן אין אַ צווייטער. אויפֿן סאַמע ראַנד פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע איז געשטאַנען אַ פֿרוי, וואָס האָט געטראָגן שיך מיט הויכע אָפּצאַסן. זי האָט זיך פֿאַרקוקט אויפֿן מיסט, וואָס איז געלעגן צווישן די רעלסן, און אַזוי ווײַט זיך געבויגן איבערגעבויגן, אַז איך האָב געמיינט - אַז נאָך אַ רגע פֿאַלט זי אַראָפּ. אין דעם מאָמענט האָט זי מיר געזאָגט: „איך גיי איצט צוריקקריגן מײַן טעלעפֿאָן‟. איך האָב זי געפּרוּווט אָפּשאַרן: „ניין, דו טאָרסט ניט!‟, אָבער באַלד האָב איך דערזען, אַז זי האַלט שוין בײַם אַראָפּלאָזן אירע פֿיס אויף די רעלסן. איך בין צוגעלאָפֿן צו איר און געטראַכט, אַז כ׳וועל זי באַלד אָנכאַפּן בגוואַלד, אַבי זי זאָל ניט גיין אויף די רעלסן. זי איז, אָבער, באַלד געווען אַ סך פֿלינקער פֿון מיר, און ווען איך בין צוגעקומען, איז זי שוין געשטאַנען צווישן רעלסן, גראָבנדיק זיך אין דער בלאָטע. איך האָב געקוקט אין ביידע ריכטונגען; קיין באַנען האָב איך דאַנקען גאָט ניט געזען. אָבער זי איז געווען, צום ווייניקסטנס, אַ פּאָר הונדערט פֿיס אַוועק פֿונעם נאָענטסטן לייטער, אויף וועלכן מע קען אַרויפֿקריכן צוריק צו דער פּלאַטפֿאָרמע.

נאָך דעם, וואָס זי האָט דעם טעלעפֿאָן אָפּגעזוכט, איז זי צוריקגעקומען צום ראַנד פֿון דער פּלאַטפֿאָרמע און פּרובירט, מיטן כּוח פֿון אירע אָרעמס, זיך אַליין אויפֿצוהייבן. ס׳האָט זיך איר אָבער ניט אײַנגעגעבן. זי האָט אויסגעשריגן: „העלף מיר!…‟

כאָטש איך בין געווען זייער אויפֿגערעגט פֿון דער סיטואַציע, האָב איך און נאָך אַ מאַן, דער איינציקער מענטש, וואָס איז אויך געווען דערבײַ, אַרויפֿגעשלעפּט די פֿרוי, וואָס האָט אין גיכן געמאַכט פּליטה.

בקיצור, זי האָט ניט בלויז ריזיקירט מיט איר לעבן, נאָר אויך מיט מײַן לעבן און מיטן לעבן פֿונעם אַנדערן מאַן, וואָס האָט געהאָלפֿן זי ראַטעווען. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווען אַ באַן וואָלט נאָר געהאַט פֿאַרבײַגעפֿאָרן, וואָלטן מיר אַלע דרײַ זייער גרינג געקענט אומגעבראַכט ווערן. און אַלץ צוליב אַ „קלוגן טעלעפֿאָן‟, וואָס האָט, אַ פּנים, געלאָזט זײַן אייגנטימערין אָן אַ קאָפּ.

פֿאַרשטייט זיך, אַז מײַן איבערלעבונג אויפֿן „סאָבוויי‟ איז בלויז אַן עקסטרעמער בײַשפּיל פֿון די אַלע סאָרטן נאַרישקייטן, וואָס מענטשן מאַכן, ווען זיי באַנוצן זיך מיט „קלוגע‟ טעלעפֿאָנען. איך קען ניט ציילן די אַלע פֿאַלן וועלכע איך האָב געזען אין ניו־יאָרק, ווען עמעצער, בײַם אַריבערגיין די גאַס שיקט אַ טעקסט אויפֿן טעלעפֿאָן. איך האָב געטראַכט, אַז אָט די מענשטן זענען סײַ מופֿקרים, סײַ נאַראָנים; אָבער נאָר אַ וואָך נאָך דעם, וואָס איך האָב באַקומען מײַן „קלוגן‟ טעלעפֿאָן, האָב איך זיך געכאַפּט, אַז איך טו גאָר די זעלביקע זאַך. איך האָב געהאַלטן בײַם לייענען עפּעס אויף „פֿייסבוק‟ אָדער „טוויטער‟, און בין אַזוי פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט דעם, אַז כ׳האָב אַפֿילו ניט באַמערקט, אַז איך שטיי אין מיטן פֿון דער גאַס!

נאָך דעם האָב איך פֿאַר זיך אַליין באַשלאָסן, אַז איך נוץ ניט מײַן טעלעפֿאָן, ווען איך גיי אויף דער גאַס. ס׳איז אָבער בכלל ניט גרינג, און צומאָל בין איך עובֿר אויף מײַן אייגענעם נדר. ס׳קען זײַן, אַז איך בין אויך, ווי די אַלע מענטשן וואָס איך האָב פֿריִער געזען, אַ שטיקל נאַר. אָבער דער ניוואָ פֿון נאַרישקייט, וואָס מע דאַרף דערגרייכן, כּדי אומבאַוווּסטזיניק צו ריזיקירן מיטן לעבן.