די קהילה אין דער אויסטראַלישער הויפּט-שטאָט קאַנבערע האָט געמאָלדן, אַז צום ערשטן מאָל וועט די שטאָט האָבן אַ באַצאָלטן רבֿ, אָנהייבנדיק פֿון חודש יולי. הרבֿ אַלון מעלצער וועט אַרבעטן פֿאַר דער קהילה ווי אַ דערציִער, אָרגאָניזאַטאָר פֿון קהלישע אונטערנעמונגען און וועט אָנפֿירן מיט דער אָרטאָדאָקסישער עדה, וואָס טרעפֿט זיך אינעם לאָקאַלן ייִדישן צענטער. אַ רעפֿאָרם־עדה טרעפֿט זיך אין אַ באַזונדערן טייל פֿון דער געבײַדע. הרבֿ מעלצער איז געבוירן געוואָרן אין אָקלאַנד, נײַ־זילאַנד.
די אויסטראַלישע ייִדישע היסטאָרישע געזעלשאַפֿט האָט אײַנגעפֿירט אַן עסיי-קאָנקורס פֿאַר תּלמידים אינעם צענטן יאָר מיטלשול אין אויסטראַליע און נײַ-זילאַנד. די טעמע דאַרף זײַן פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון ייִדן אין אויסטראַליע. רפֿואל אונגאַר, אַ תּלמיד פֿון דער רעפֿאָרמער „דוד המלך־שול‟ אין מעלבורן, האָט געוווּנען טויזנט דאָלאַר פֿאַר זײַן עסיי אויף דער טעמע „מעלבורנס דרײַ ייִדישע קהילות 1950-1920‟. שׂרה פֿייגלין, אַ תּלמידה פֿונעם „בית רבֿקה ליידיס־קאָלעדזש‟ (חב”ד, אויך אין מעלבורן), האָט געוווּנען פֿינף הונדערט דאָלאַר פֿאַר איר עסיי וועגן דער פֿרומער ייִדישער אַגריקולטור-זידלונג, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין שעפּערטאָן, וויקטאָריע.
אַנדערע עסייען האָבן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדן אין דער שטאָט פּאַראַמאַטאַ אין ניו־סאַוט וויילס, מיט דער „מוריה‟-טאָגשול אין סידנעי, און מיט די ייִדישע יוגנטלעכע, וועלכע זײַנען געקומען קיין אויסטראַליע פֿון אייראָפּע אין 1940 — די „דונירע באָיס‟. זיי זײַנען געווען פּליטים פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד און עסטרײַך, וועלכע זײַנען צו ערשט געווען פֿאַרשפּאַרט, און האָבן דערנאָך געדינט אין די אויסטראַלישע און בריטישע אַרמייען במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
פראָפֿעסאָר דזשעפֿרי שאַנדלער, וואָס איז געקומען צו גאַסט פֿון ראָטגערס-אוניווערסיטעט, וווּ ער פֿירט אָן מיט דער קאַטעדרע פֿאַר ייִדישע שטודיעס, האָט גערעדט מיט תּלמידים פֿונעם „הר-הצופֿים‟-קאָלעדזש אין מעלבורן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין פֿאַר-מלחמהדיקן פּוילן. דאָס איז געווען אַ טייל פֿון זייער קלאַס אין די חורבן־שטודיעס. ער האָט זיך געטיילט מיט זיי מיט די רעזולטאַטן פֿון אַן עסיי-קאָנקורס, וואָס דער ייִוואָ־אינסטיטוט האָט דורכגעפֿירט פֿאַר יוגנטלעכע פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה אויף ייִדיש און, וועלכע ער אַליין האָט איבערגעזעצט. פּראָפֿעסאָר שאַנדלער איז דער גאַסט פֿונעם אויסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע, פֿאַר וועמען ער האָט גערעדט אין ייִדיש וועגן ייִדישע טעקסט-ביכער. ער האָט גערעדט אין ענגליש בײַם צענטער עטלעכע מאָל און בײַ אַנדערע אָרגאָניזאַציעס אין מעלבורן און אין סידנעי.
די אָרגאָניזאַציע „ייִדיש אויסטראַליע‟ מעלדט, אַז זי וועט פֿײַערן צען יאָר „ייִדיש סוף־וואָך אויסטראַליע‟ דעם 13טן ביזן 15טן יוני הײַיאָר. דער אינטערנאַציאָנאַלער גאַסט-רעדנער וועט זײַן פּראָפֿעסאָר חנה נאָריך.
דער אויסטראַלישער מאַראַטאָן־לויפֿער, פּעט פֿאַרמער, האָט פֿאַרענדיקט זײַן טויזנט פֿיר הונדערט פֿופֿציק קילאָמעטערדיק שלום-געלאַף דורכן מיטעלן מיזרח. פּאַלעסטינער לויפֿערס זײַנען מיטגעלאָפֿן מיט אים דורך מדינת־ישראל, אָבער אַז זעקס ישׂראלדיקע לויפֿערס האָבן אָנגעהויבן לויפֿן מיט אים דורכן מערבֿ־ברעג, ווי אַ טייל פֿונעם געלאַף, זײַנען די פּאַלעסטינער פֿאַרשוווּנדן. זיי האָבן דערנאָך געזאָגט, אַז זיי וועלן נישט אָנטיילנעמען אינעם ווײַטערדיקן טייל פֿונעם געלאַף, אויב די ישׂראלדיקע לויפֿער וועלן אָנטיילנעמען אין אים. די ייִדישע לויפֿערס האָבן אויסגעדרוקט זייער אַנטוישונג. פֿאַרמער אַליין האָט געזאָגט, אַז די ישׂראלדיקע און פּאַלעסטינער זיכערהייט־דינסטן האָבן געמיינט, אַז עס וואָלט געווען בעסער, ווען די ייִדן לויפֿן נישט דורכן מערבֿ־ברעג. דאָס אַלץ איז געשען צוויי טעג נאָך דעם ווי צוויי פּאַלעסטינער יוגנטלעכע זײַנען דערהרגעט געוואָרן אויפֿן מערבֿ־ברעג.
ניו־סאַוט וויילס פּאָליציי אין סידנעי האָט געמאָלדן, אַז מע זוכט נאָך אַ מענטש, קעגן וועלכע סעקסועלע פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געוואָרן, ווען זיי זײַנען נאָך געווען קינדער. איינער, דניאל היימאַן, האָט זיך שוין דערקלערט שולדיק אין אַ סידנעיער געריכט אין האָבן באַגאַנגען צוויי פֿאַלן פֿון זעקסועלע פֿאַרברעכנס קעגן קינדער, און די פּאָליציי זוכט נאָך געליטענע, וועלכע האָבן ביז אַהער נישט באַקלאָגט זיך אויף אים אין פּאָליציי. די פּאָליציי האָט געוויזן, לויט איין פֿאָרשטייער, אַז אַזאַ ענין קען קומען אין געריכט אָן צו פֿאַרעפֿנטלעכן די אידענטיטעט פֿון די געליטענע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.