איך באַצי זיך ערנסט צו וואַלן און האַלט עס פֿאַר מײַן חובֿ צו באַטייליקן זיך אין זיי. ליידער, קומט מיר אויס זעלטן עס צו טאָן, ווײַל אין ענגלאַנד, וווּ איך האָב די רעכט צו שטימען, געפֿין איך זיך ניט זייער אָפֿט. דאָך, לעצטנס, האָב איך געהאַט דאָס מזל צו זײַן אין לאַנד בעת די לאָקאַלע און אייראָפּעיִשע וואַלן. ביך איך אַוועק אין דער אַלטיטשקער לערנשול, וואָס שטייט לעבן אַ קלויסטער פֿון 12טן יאָרהונדערט, און אַרײַנגעוואָרפֿן מײַנע בולעטינען אין די קאַסטנס, וואָס זײַנען דאָרטן געשטאַנען.
אין די איצטיקע וואַלן שטייט שאַרף די פֿראַגע פֿון דער ראָלע, וועלכע עס שפּילט אין דער בריטישער פּאָליטיק די „אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי‟ (UKIP). געשאַפֿן מיט צוואַנציק יאָר צוריק דורך קעגנער פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, האָט זי לעצטנס געפֿונען אַ סך חסידים צווישן צוויי גאַנץ פֿאַרשיידענע סעגמענטן פֿון דעם בריטישן עולם. מע קען זאָגן, אַז די פּאַרטיי קלײַבט צונויף פּראָטעסט-שטימען, בפֿרט פֿון די מענטשן, וועלכע גלייבן, אַז זייערע פּראָבלעמען זײַנען דיקערט פֿאַרבונדן מיט אַזעלכע פֿאַקטאָרן, ווי די אימיגראַציע און די מיטגלידערשאַפֿט אין דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג.
קודם-כּל, געפֿינט די פּאַרטיי שטיצערס צווישן די קאָנסערוואַטיווע, אַ מין „טי-פּאַרטי‟-לײַט, וועלכע האַלטן, אַז די קאָנסערוואַטיווע פּאַרטיי איז געוואָרן צו ליבעראַל פֿאַר זיי, בפֿרט נאָך, אַז די ליבעראַל-דעמאָקראַטישע פּאַרטיי גייט אַרײַן מיט די קאָנסערוואַטאָרן אין דער איצטיקער רעגירונג. אין דעם זין איז דער מצבֿ בײַ די קאָנסערוואַטאָרן אַ ביסל ענלעך אויף דער סטראַטיפֿיקאַציע, וואָס מע זעט בײַ די אַמעריקאַנער רופּובליקאַנער. אָבער אויף די מיזרחדיקע ברעגן פֿון דער אַטלאַנטיק האָט עס אָנגענומען אַ פֿאָרעם פֿון אַ פּאַרטיי, וואָס איז באַזונדערס פּאָפּולער אין דער בריטישער פּראָווינץ. איך האָב עס בולט דערזען אין דרום-ענגלאַנד. אַ סך ערטער זײַנען דאָרטן באַפּוצט מיט שילדן „איך שטים פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי‟. אין לאָנדאָן, אַ קאָסמאָפּאָליטישער שטאָט, האָט די פּאַרטיי אַ סך ווייניקער אָנהענגער; לאָנדאָן איז מער ליבעראַל, מער לייבאָריסטיש. עס שײַנט, אַז די אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי האָט צוגעצויגן צו זיך אויך אייניקע גאָר רעכטע לײַט. אַזעלכע ענגלענדער פֿלעגן שטימען, אַ שטייגער, פֿאַר דער בריטישער נאַציאָנאַלער פּאַרטיי, וועלכע האָט זיך טרויעריק אויסגעצייכנט מיט אירע ראַסיסטישע און אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען. אַ געוויסע צײַט האָט די בריטישע נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי געהאַט דערפֿאָלג, אָבער איצט געפֿינט זי זיך אין זייער אַ שלעכטן מצבֿ.
די אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי פֿירט זיך אויף אין דעם זין לײַטישער. הגם אייניקע אירע מיטגלידער האָבן זיך אַנטפּלעקט ווי אַנטיסעמיטן, האָט די פּאַרטיי אַליין ניט קיין טענות צו ייִדן צי צו ישׂראל. זי איז אויך קעגן קאָאָפּעראַציע מיט גאָר רעכטע פּאַרטייען, אַזעלכע ווי דער פֿראַנצויזישער נאַציאָנאַלער פֿראָנט, וועלכער האָט אין אַפּריל באַקומען אַ היפּש ביסל שטימען אין די פֿראַנצויזישע לאָקאַלע וואַלן און זייער אַ סך שטימען אין די אייראָפּעיִשע וואַלן. נאָך מער: אַ צאָל ייִדן באַטייליקן זיך אין די וואַלן ווי קאַנדידאַטן פֿון דער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי. איינער פֿון די קאַנדידאַטן איז געווען דער -31יאָריקער חב”ד-פֿונקציאָנער הרבֿ שניאור-זלמן אָדזע. צוריק גערעדט, קען מען אין דעם אײַנזען עפּעס אַ לאָגיק: נײַדזשעל פֿעראַזש, דער פֿירער פֿון דער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי, האָט געלויבט דעם רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין, און דער חב”ד האַלט דאָך אונטער פּוטינען זייער ענטוזיאַסטיש.
די צווייטע גרופּע לײַט, וועלכע שטימען פֿאַר דער אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי, זײַנען פּראָסטע אַרבעטער, וועלכע שאַפֿן בדרך-כּלל די סבֿיבֿה פֿון לייבאָריסטישע אָנהענגער. אָבער איצט זײַנען זיי אַנטוישט אין דער דאָזיקער פּאַרטיי. טיילווײַז האָט עס, בלי-ספֿק, צו טאָן מיטן פֿירער פֿון די לייבאָריסטן, עד מיליבאַנד. זײַן ייִדישער אָפּשטאַם האָט ווייניק צו טאָן מיט דעם, בפֿרט נאָך, אַז ער שטאַמט פֿון אַן אַסימילירטער מאַרקסיסטישער משפּחה, און זײַן ווײַב איז ניט קיין ייִדישע. זײַן הויפּט-צרה איז, וואָס ער איז ניט כאַריזמאַטיש. ער האָט אַ פּנים, וואָס וואָלט זיך זייער גוט צוגעפּאַסט, למשל, פֿאַר אַן אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, אָבער ניט פֿאַר אַ פֿירער פֿון אַ מאַסן-פּאַרטיי.
דער סוף איז, אַז די אומאָפּהענגיקייט-פּאַרטיי האָט אָנגעקליבן די גרעסטע צאָל שטימען און וועט שיקן די גרעסטע צאָל דעפּוטאַטן אין דעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. צי מיינט עס, אַז די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג וועט אָט-אָט אונטערגיין? אַוודאי, ניט. ניט געקוקט אויף דעם נצחון פֿון קעגנער פֿון דער פֿאַראייניקונג אין גרויס-בריטאַניע און פֿראַנקרײַך, שאַפֿן זיי, פֿון דעסטוועגן, אַ מינאָריטעט. אמת, דאָס איז אַ סיגנאַל, אַז עפּעס מוז, בלי-ספֿק, רעפֿאָרמירט ווערן אין דער קאָלעקטיווער אייראָפּעיִשער באַלעבאַטישקייט.
גלײַכצײַטיק, האָבן די וואַלן אַרויסגערופֿן אַן אמתע ערדציטערניש אין דער בריטישער פּאָליטיק. עס האָט זיך באַוויזן אַ פּאַרטיי, וועלכע קען אין אַ יאָר אַרום קריגן פֿאַר זיך אַן אָרט אין דעם בריטישן פּאַרלאַמענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.