מיט יעדן יאָר גײט די סאָװעטישע תּקופֿה אַלץ װײַטער אַװעק אין דער אײביקײט. פֿון שטיקלעך זכרונות װערט בהדרגה געבױט אַ בילד פֿונעם עבֿר, װאָס װעט שױן בלײַבן אױף לאַנגע יאָרן. אײן װיכטיקער פֿראַגמענט פֿון דער דאָזיקער מאָזאַיִק איז דאָס בוך פֿונעם רוסיש־ייִדישן פֿידלער אַרטור שטילמאַן.
ער האָט געשפּילט אינעם אָרקעסטער פֿון דעם „באָלשױ־טעאַטער‟ אין מאָסקװע, און נאָך זײַן עמיגראַציע אין 1979 — אינעם אָרקעסטער פֿון „מעטראָפּאָליטען אָפּערע‟ אין ניו־יאָרק. אין זײַן בוך דערצײלט ער װעגן דער ערשטער העלפֿט פֿון זײַן לעבן, די יאָרן 1935—1979, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין מאָסקװע.
שטילמאַן שטאַמט פֿון אַ משפּחה פֿון מוזיקער. אין יענע יאָרן האָט מען איבערגעגעבן די דאָזיקע מלאכה בירושה. זײַן לעבנסװעג אין מאָסקװע איז געװען טיפּיש פֿאַר אַ באַגאַבטן ייִדישן יונגערמאַן פֿון זײַן סבֿיבֿה. צוערשט, האָט ער שטודירט אין דער צענטראַלער מוזיק־שול, דערנאָך אין דער קאָנסערװאַטאָריע, און װײַטער געפֿונען אַן אַרבעט אין אַן אָרקעסטער. אָבער שטילמאַן איז באַגאַבט מיט אַ טאָפּלדיקן טאַלאַנט, צו מוזיק און צו ליטעראַטור. זײַן דערצײלערישער סטיל איז שאַרפֿזיניק, ניכטער, און זאַכלעך. ער האָט אַ שטאַרקן זכּרון, װאָס האָט אים דערמעגלעכט אָפּצוהיטן אַ סך לעבעדיקע פּרטים פֿונעם אַמאָליקן מאָסקװער לעבן.
מוזיק האָט געדינט פֿאַר שטילמאַן און זײַן סבֿיבֿה װי אַ מין שירעם, װאָס האָט זײ פֿאַרדעקט פֿון דער אַרומיקער גרױער סאָװעטישער װירקלעכקײט. נאַטירלעך, איז דאָס געװען ניט מער װי אַן אילוזיע, אָבער זי האָט זײ געהאָלפֿן צו לעבן אין דער אייגענער װעלט פֿון דער הױכער קונסט. שטילמאַן שרײַבט װעגן די סוף–1930ער יאָרן: „ניט צו באַגרײַפֿן בלײַבט דער פֿאַקט, װאָס די שױדערלעכע, אַפּאָקאַליפּטישע געשעענישן פֿונעם אינערלעכן לעבן אין סאָװעטן־פֿאַבראַנד האָבן ניט געהאַט קײן השפּעה אױפֿן טאָג–טעגלעכן לעבן פֿון די, װאָס זײַנען ניט באַרירט געװאָרן דורך דער מאַשין פֿונעם ׳גרױסן טעראָר׳. אַ פּנים, פּונקט אַזױ האָט מען געלעבט אין היטלערס דײַטשלאַנד: מען האָט געפֿירט ליבעס, געמאַכט פּלענער, זיך געלערנט אין שולן, באַזוכט אָפּערעס און קאָנצערטן.‟
דעמאָלט איז דער מחבר געװען נאָך אַ קלײן קינד, אָבער די רדיפֿות פֿון די סוף־1940ער יאָרן האָט ער פֿאַרגעדענקט אַ סך קלאָרער. זײַן פֿאָטער האָט געאַרבעט װי דער הױפּט־דיריגענט אינעם מאָסקװער „אָרקעסטער פֿון קינעמאַטאָגראַפֿיע‟, װאָס האָט געשפּילט מוזיק פֿאַר סאָװעטישע פֿילמען. אין 1950 האָט מען אים באַזײַטיקט פֿון דער אַרבעט „פֿאַר שאַפֿן אַן אומגעזונטן מצבֿ‟ צװישן אַנדערע דיריגענטן (אַלע דרײַ זײַנען געװען ייִדן). װי עס האָט זיך שפּעטער אַרױסגעװיזן, האָט אַ שכן אין דער קאָמונאַלער דירה אָנגעשריבן אַ מסירה, כּדי צו באַקומען שטילמאַנס צימער.
די היסטאָרישע און שטײגערישע פּרטים העלפֿן בעסער צו פֿאַרשטײן דעם היסטאָרישן הינטערגרונט, אָבער, דער עיקר, אין שטילמאַנס זכרונות איז דאָס מוזיקאַלישע לעבן. דער בנין פֿון דער מאָסקװער קאָנסערװאַטאָריע האָט פֿאַר אים אױסגעזען װי אַ פֿאַרכּישופֿטער פּאַלאַץ, װאָס איז געװען אָפּגעטײלט פֿון דער אַרומיקער װעלט מיטן שװערן אײַזערנעם פּאַרקאַן. דאָ האָט שטילמאַן געשפּילט זײַנע ערשטע סטודענטישע קאָנצערטן, בעת הינטער דעם פּאַרקאַן האָט געהערשט די שטימונג פֿון פּחד און אומעט. זײַן פֿאָטער האָט קױם פֿאַרדינט אַ פּאָר קערבלעך דורך שרײַבן קורצע אָפּרופֿן אױף מוזיק פֿאַר פּאָפּולערע װיסנשאַפֿטלעכע פֿילמען.
אָבער די דאָזיקע צײַט איז אױך געװען די בלי־תּקופֿה פֿון דער סאָװעטישער מוזיק־שול. די באַרימטע ייִדישע מוזיקער דוד אױסטראַך, לעאָניד קאָגאַן, בוסיע גאָלדשטײן, יעליזאַװעטאַ גילעלס האָבן זיך קונה־שם געװען און געװוּנען פּריזן אױף די פּרעסטיזשפֿולע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנקורסן. זײער דערפֿאָלג איז אין אַ גרױסער מאָס געװען אַ דאַנק אַזאַ פּעדאַגאָג װי אַבֿרהם יאַמפּאָלסקי, װאָס האָט געהאַט אַן אײגענעם מעטאָד. אין יעדן תּלמיד זײַנעם האָט ער אַנטדעקט און אַנטװיקלט דעם שטאַרקסטן צד פֿון זײַן טאַלאַנט, װי טעכניק, קלאַנג, לירישע שטימונג. אָבער סײַ די לערער און סײַ די תּלמידים האָבן געהאַט אַ קנאַפּע אַנונג װעגן דעם, װאָס עס קומט פֿאָר אין דער מוזיק אין אױסלאַנד. חוץ דעם באַזוך פֿון יהודי מנוחין אין 1945, האָבן זײ אין יענער צײַט ניט געהאַט קײן מעגלעכקײט צו הערן אױסלענדישע פֿידלער לעבעדיקערהײט, און די פּלאַטן מיט זײערע רעקאָרדירונגען זײַנען געװען אַ יקר־המציאות.
ערשט נאָך 1956 האָט זיך דער אײַזערנער פֿאָרהאַנג א ביסל אױפֿגעהױבן. דעמאָלט איז קײן מאָסקװע געקומען דער באַרימטער אַמעריקאַנער פֿידלער יצחק שטערן (סטערן). ער האָט באַקומען אַ האַרציקן ברוך־הבא: דוד אױסטראַך מיט זײַן זון איגאָר האָבן אױף אים געװאַרט דרײַ שעה אינעם האָטעל, בעת שטערן האָט באַקומען אינסטרוקציעס אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע װעגן דעם, װי אַזױ זיך צו פֿירן אין מאָסקװע. זײַן שפּילן האָט געמאַכט אַ גװאַלדיקן אײַנדרוק אױף די מאָסקװער מוזיקער.
יאַמפּאָלסקי האָט געזאָגט: „שטערן האָט אונדז געװיזן אַ לחלוטין נײַעם צוגאַנג צום פֿידל‟. אינעם צװײטן טײל פֿון זײַן קאָנצערט האָט שטערן געשפּילט די קורצע פּיעסע פֿון ערנסט בלאָכס „בעל־שם‟, װאָס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט געטראָגן אַן אידעאָלאָגיש־כּשרן נאָמען „אימפּראָװיזאַציע‟. שטילמאַן רופֿט דאָס אַ „געשעעניש בתּוך אַ געשעעניש‟, אַ מין געהײמער סיגנאַל צו דעם ייִדישן עולם. פֿון דעמאָלט אָן הײבט זיך אָן די אױפֿװעקונג פֿון שטילמאַנס ייִדישן באַװוּסטזײַן, װאָס האָט אים, סוף־כּל־סוף, געפֿירט צו דער עמיגראַציע אין 1979.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.