די אויסשטעלונג אין טאָרנע MY BYLIŚMY [אַמאָל זענען מיר דאָ געווען], איז אַ טייל פֿונעם אזוי־גערופֿענעם „גאַליציאַנער שטעטל־פֿעסטיוואַל‟. מײַן משפּחה שטאַמט פֿון גאַליציע, און בײַ אונדז אין דער „גאַליציאַנער‟ היים זענען געווען מענטשן, נישט קיין שטעט; שטעט און שטעטלעך זענען געווען גאַליציש, אָבער מילא.
טאָרנע אין מערבֿ-גאַליציע איז געווען 45% ייִדיש אין יאָר 1939. די אויסשטעלונג וועט פֿאַרבינדן היסטאָרישע מאַטעריאַלן מיט די ווערק פֿון הײַנטיקע קינסטלערס.
טאָרנע האָט אַ סך באַרימטע זין. דער ציוניסטישער פּאָליטיקער און פֿאָרשער יצחק שיפּער, איז געבוירן געוואָרן אין טאָרנע. שיפּער איז געווען אַ דעפּוטאַט אין פּוילישן פּאַרלאַמענט. צווישן זײַנע ביכער געפֿינען מיר „געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער, קונסט און דראַמע פֿון די עלטסטע צײַטן ביז 1750‟; און „די קולטור־געשיכטע פֿון די ייִדן אין פּוילן בעתן מיטל־עלטער‟. אָט די צוויי ביכער האָט ער געשריבן אין ייִדיש. אומגעקומען איז יצחק שיפּער אינעם טויט־לאַגער מײַדאַנעק אין יאָר 1943.
אַ צווייטער ייִדישער שרײַבער פֿון טאָרנע איז געווען ראָמאַן בראַנדשטעטער, וואָס איז אַפֿילו זוכה געווען, מען זאָל שטעלן אַ דענקמאָל אין זײַן היים־שטאָט. ראָמאַן בראַנדשטעטער איז אויך געווען בשעתו אַ ציוניסט, און צווישן אַנדערע, דער רעדאַקטאָר פֿון „אָפּיניאַ‟, אַ פּוילישע ציוניסטישע ליטעראַרישע צײַטשריפֿט פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. בראַנדשטעטער איז אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן און האָט איבערגעלעבט די מלחמה־יאָרן אין פּאַלעסטינע.
דאָרט האָט ער באַשלאָסן זיך צו שמדן. אין יאָר 1946 האָט ער זיך טאַקע געשמדט אין רוים. ער האָט זיך צוריקגעקערט קיין פּוילן, און געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע קאַטוילישע שרײַבער אין לאַנד. נישט בלויז שלום אַש, נאָר אויך בראַנדשטעטער האָט אָנגעשריבן אַ גרויסן ראָמאַן וועגן יעזוסן. געשטאָרבן איז ער אין יאָר 1987 אין פּוילן, וווּ ער האָט געמאַכט אַ גרויסע ליטעראַרישע קאַריערע. צוויי טאָרנער לאַנדסלײַט, צוויי לעבנסוועגן אין אַ צײַט פֿון אימה און שרעק.
די גרעסטע פּוילישע צייטונג, די „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟ באַריכטעט וועגן אַ נײַער איניציאַטיוו פֿון אַ פּולישער פֿאָלקס־שול און אַ גרופּע ייִדישע טאַטע-מאַמעס אין וואַרשע צו שאַפֿן אַ מלוכישע ייִדישע שול. אין וואַרשע עקזיסטירט שוין אַ ייִדישע שול; די פּראָבלעם איז אָבער, וואָס די שול איז אַ פּריוואַטע, קאָסט אַ מאַיאָנטעק, און פּאַסט נישט פֿאַר די אַרבעטנדיקע מאַמעס, ווײַל פֿרײַטיק דאַרף מען אָפּנעמען די קינדער פֿון דער שול שוין מיטאָג צײַט, ווען זיי זענען נאָך ביי דער אַרבעט.
די פּריוואַטע שול אָרגאַניזירט אויך כּל־המינים אונטערנעמונגען, וואָס נאָר רײַכע קינדער קענען אָנטיילנעמען אין זיי: למשל, סקי-אורלויב אין די אַלפּן. פֿאַרשטייט זיך, אַז קינדער פֿון באַשיידענע היימען פֿילן זיך הינטערשטעליק אין אַזאַ סבֿיבֿה.
די נײַע שול איז אַ מלוכישע און במילא קאָסט נישט קיין געלט. דער ניוואָ איז דווקא העכער ווי די פּריוואַטע שול, ווײַל די קינדער וועלן זיך לערנען העברעיִש טאָג־טעגלעך. קליינע קינדער אין דער פּריוואַטער שול לערנען זיך עבֿרית אויפֿן שפּיץ מעסער — נאָר 40 מינוט אַ וואָך. נאָך אַן אונטערשייד: פֿונעם צווייטן שול-יאָר אָן וועלן די קינדער אין דער מלוכישער שול זיך לערנען ייִדיש אויך.
לאָמיר האָפֿן, אַז אין אַ יאָר אַרום וועלן די ייִדישע קינדער אין וואַרשע לערנען אויף ס’נײַ די וווּנדערלעכע מעשׂה, וואָס קאַדיאַ מאָלאָדווסקי האָט אָנגעשריבן וועגן אַ וואַרשעווער ייִדיש מיידל:
הינטער וואַרשע אין אָכאָטע,
אַ הויז מיט בלאָטע
דאָרט וווינט אָלקע
מיט דער בלויער פּאַראַסאָלקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.