בריסל. — פּאָל אַמבאַך, אַ באַקאַנטער ייִדישער מוזיקער פֿון אַנטווערפּן, איז זונטיק געשטאַנען פֿאַר די צענדליקער טליִענדיקע ליכטלעך, אין אָנדענק פֿון די פֿיר קרבנות פֿונעם אַטאַק שבת אויפֿן „בעלגישן ייִדישן מוזיי‟.
„שוין ווידער פֿאַרגיסט מען ייִדיש בלוט אין בעלגיע,‟ האָט ער געזאָגט. הגם די פּאָליציי האָט נאָך אַלץ נישט געהאַט געפֿונען דעם מערדער, האָט דאָס נישט אָפּגעשראָקן דעם עולם צו קומען אויף דער הזכּרה־פֿאַרזאַמלונג זונטיק, אַ טאָג נאָכן אַטאַק. בערך 2,000 מענטשן — אַ סך פֿון זיי מיט זייערע קינדערלעך — האָבן זיך באַטייליקט אין דער הזכּרה.
דער בעלגישער פּרעמיער, עליאָ די רופּאָ, און עטלעכע מיניסטאָרן פֿון זײַן רעגירונג, זענען אויך געקומען, כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די בעלגישע ייִדן. דערצו איז בײַגעווען אַ גרופּע יונגע מוסולמענישע פֿרויען. „מיר ווייסן נישט, ווער עס שטייט הינטער דעם, און ס׳מאַכט נישט אויס,‟ האָט איינע פֿון די פֿרויען, איפֿיאַ סואַד, באַמערקט. „מיר זענען געקומען, ווײַל ס׳טוט אונדז וויי צו זען אַזאַ זאַך.‟
נישט ווײַט פֿון דער פֿאַרזאַמלונג איז אַ צווייטע גרופּע ייִדן געקומען צו זען אַ פֿילם וועגן דעם חורבן. די אונטערנעמונג האָט מען געהאַט פּלאַנירט לאַנג פֿאַרן אַטאַק, אָבער אַנשטאָט עס צו אַנולירן, האָבן די אָרגאַניזירער באַשלאָסן צו ווײַזן דעם פֿילם, אין אָנדענק פֿון די פֿיר קרבנות: אַ ישׂראלדיק פּאָרפֿאָלק, מירה און עמנואל ריוואַ; אַלעקסאַנדער סטרענס — אַ מוזיי־אַרבעטער אין די 20ער, און דאָמיניק שאַבריע — אַ פֿראַנצייזישע וואָלונטירין פֿונעם מוזיי.
לויטן זיכערהייט־ווידעאָ פֿונעם מוזיי, איז דער מערדער אַרײַנגעגאַנגען דורכן אַרײַנגאַנג פֿונעם מוזיי, טראָגנדיק אַ בייסבאָל־קאַשקעט אויפֿן קאָפּ, און צוויי זעק אין די הענט. ער האָט אַוועקגעלייגט די זעק אויף ד׳רעדר און אַרויסגענומען אַן אויטאָמאַטישע ביקס. במשך פֿון אַ מינוט האָט ער דערשאָסן די מענטשן אין קאָפּ און אין האַלדז, און אַנטלאָפֿן.
געוויסע נײַעס־באַריכטן האָבן איבערגעגעבן, אַז דער אַטאַקירער האָט אויך געטראָגן אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט — אַ סימן, אַז ער האָט זיך גענומען פֿאַר אַ מוסטער דעם טעראָריסט מאָהאַמעד מעראַך, וועלכער האָט מיט אַ פֿאָטאָ־אַפּאַראַט דאָקומענטירט זײַן אַטאַק אויף אַ ייִדישער טאָגשול אין טולוז, פֿראַנקרײַך — אַן אַטאַק, וואָס האָט אומגעבראַכט פֿיר ייִדן.
שטייענדיק פֿאַר די טירן פֿונעם מוזיי, האָט אַמבאַך זיך געחידושט, פֿאַר וואָס דער בנין איז נישט באַוואָרנט און האָט נישט קיין וועכטער, אַזוי ווי די „גרויסע אייראָפּעיִשע שיל‟, וואָס שטייט בלויז 400 פֿוס פֿונעם מוזיי. אין 1982 האָט אַ טעראָריסט דאָרט פֿאַרוווּנדיקט פֿיר מענטשן.
„פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַרשטיי איך, אַז מע קען נישט תּמיד לעבן מיט אַ פּאַנצער,‟ האָט אַמבאַך באַמערקט. „איך — זיכער נישט.‟
אַחוץ דער שיסערײַ אין 1982, זענען אויך פֿאָרגעקומען אַנדערע טעראָריסטישע אַטאַקן אין בעלגיע קעגן די ייִדן. אין 1989 האָט אַ מאַראָקאַנער דערשאָסן דעם פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה, און אין 1979 זענען 13 מענטשן פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין אַ גראַנאַט־אַטאַק אויף אַן „אל־על‟־עראָפּלאַן אינעם בריסעלער פֿליפֿעלד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.