די ייִדישע כּלל־טוער אין אוקראַיִנע האָבן אויסגעדריקט צופֿרידנקייט מיטן נצחון פֿונעם אָליגאַרך וויקטאָר פּאָראָשענקאָ, און די גאָר שוואַכע רעזולטאַטן פֿון די עקסטרעם־רעכטע קאַנדידאַטן אין די פּרעזידענטישע וואַלן זונטיק.
פּאָראָשענקאָ, וועלכער וווינט אין אָדעס, האָט געוווּנען 54.4% פֿון די שטימעס, און דערבײַ אויסגעשלאָסן די נייטיקייט דורכצופֿירן אַ צווייטע רונדע, האָט דינסטיק געמאָלדן די „אוקראַיִנישע צענטראַלע וואַל־קאָמיסיע‟, נאָכן אָפּציילן 94% פֿון די שטימצעטלעך.
„דער פֿולשטענדיקער נצחון פֿון פּאָראָשענקאָ אין כּמעט יעדן ראַיאָן פֿון אוקראַיִנע האָט נישט בלויז באַזײַטיקט די נייטיקייט פֿון אַ צווייטער רונדע, וואָס וואָלט געקאָסט אַ סך געלט דורכצופֿירן, אָבער אויך געשיקט אַ וויכטיקן סיגנאַל פֿון פֿאַראייניקונג,‟ האָט דערקלערט יוסף זיסלס, דער פֿאָרזיצער פֿונעם „ועד פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און קהילות אין אוקראַיִנע‟.
די געוועזענע פּרעמיערין יוליאַ טימאָשענקאָ איז געקומען אויפֿן צווייטן אָרט, מיט 12.9% פֿון די שטימעס, און וואַדים ראַבינאָוויטש, אַ ייִדישער כּלל־טוער און געשעפֿטסמאַן, איז געקומען אויפֿן זיבעטן אָרט, מיט 2.3% — מער ווי די קאָמבינירטע שטימען פֿאַר אָלעק טיאַגניבאָק פֿון דער עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישער פּאַרטיי „סוואָבאָדאַ‟, און פֿאַר דמיטראָ יאַראָש, דער פֿירער פֿון דער באַוועגונג „דער רעכטער סעקטאָר‟.
„דער דורכפֿאַל פֿון די אולטראַ־נאַציאָנאַליסטן שפּיגלט אָפּ די רעאַליטעט, וואָס מיר האָבן כּסדר געפּרוּווט איבערגעבן, נישט געקוקט אויף דער רוסישער פּראָפּאַגאַנדע, וואָס באַמיט זיך צו שילדערן די אוקראַיִנישע געזעלשאַפֿט ווי אַ נישט־טאָלעראַנטע,‟ האָט זיסלס געזאָגט דער ייִט״אַ.
אַלכּסנדר לעווין, פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין קיִעוו, האָט געשריבן אויף „פֿייסבוק‟, אַז טיאַגניבאָק און יאַראָשס מפּלה איז אַ סימן, אַז „אין אוקראַיִע געפֿינט זיך בכלל נישט קיין פּאָליטיק פֿון אַנטיסעמיטיזם.‟
ראַבינאָווטיש האָט זיך געוואָנדן צו פּאָראָשענקאָ פֿונאַנדערצולאָזן דעם פּאַרלאַמענט במשך פֿון די קומעדיקע 100 טעג און אויפֿשטעלן נײַע פּאַרלעמענטאַרע וואַלן.
איגאָר שופּאַק, אַ פּראָמינענטע פֿיגור אין דער ייִדישער קהילה אין דניפּראָפּעטראָווסק, און דער דירעטאָר פֿונעם אָרטיקן ייִדישן מוזיי, האָט געזאָגט, אַז פּאָראָשענקאָ איז „זיכער גענוג פֿעיִק צו פֿירן אוקראַיִנע אין דער קריטישער צײַט, אַ דאַנק זײַן טיפֿער דערפֿאַרונג מיט די בענק און דער אויסלענדישער פּאָליטיק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.