פֿרוידס פֿאַרגעסענער סקולפּטאָר

Freud's Forgotten Sculptor

Photo courtesy of Aurelia Young

פֿון אידי דזשאַראָלים

Published May 28, 2014, issue of June 20, 2014.

זיגמונד פֿרויד האָט נישט ליב געהאַט צו פּאָזירן די מאָלערס, טענהנדיק, אַז ער האָט נישט קיין צײַט צו זיצן מיט ליידיקע הענט. אָבער זײַנע אָנהענגער האָבן שטאַרק געוואָלט מע זאָל אים פֿאַראייביקן דורך דער קונסט, בפֿרט ווען ער איז עלטער געוואָרן.

אין 1931, אַז ס׳האָט זיך דערנענטערט פֿרוידס 75סטער געבוירן־טאָג, האָט פּאָל פֿעדערן, אַ דאָקטער און פֿרײַנד זײַנער, אים איבערצײַגט זיך צו טרעפֿן מיטן סקולפּטאָר אָסקאַר נעמאָן, אַ 25־יאָריקער קראָאַטישער ייִד.

דעם 6טן יוני וועט נעמאָנס טאָכטער, די דאַמע אָרעליאַ יאָנג, אָפּהאַלטן אַן אילוסטרירטע לעקציע, „אָסקאַר נעמאָן: מײַן טאַטע און פֿרויד‟ אינעם „זיגמונד פֿרויד מוזיי‟ אין ווין, און נאָך דעם — אַ קאָנצערט פֿון דער מוזיק פֿון יענע צײַטן, ווען פֿרויד האָט געלעבט אין ווין.

דער שידוך צווישן פֿרויד און נעמאָן האָט נישט געהאַט קיין גוטן אָנהייב. באַלד ווי פֿרויד איז מסכּים געווען צו „זיצן‟, האָט פֿעדערן טעלעגראַפֿירט נעמאָן אין בריסל, אַז ער זאָל תּיכּף קומען צו פֿרוידס זומערהיים לעבן ווין. נעמאָן איז געקומען און געצייכנט עטלעכע בילדער, אָבער פּלוצלינג האָט זײַן איינציקער בלײַער זיך צעבראָכן, איידער ער האָט געענדיקט צייכענען פֿרוידס באָרד. דעם צווייטן אינדערפֿרי, ווען נעמאָן איז צוריקגעקומען מיט אַ פּרעלימינאַרער סקולפּטור פֿון פֿרוידס קאָפּ, איז דער ביוסט געפֿאַלן אויף ד׳רערד, און די נאָז איז שיִער נישט צעקוועטשט געוואָרן.

פֿון דעסטוועגן, האָט זיך אין גיכן צעבליט אַ חבֿרשאַפֿט צווישן זיי. אין אַ בריוו צו מאַקס אייטינגטאָן, אַ דאָקטער און פּסיכאָאַנאַליטיקער, האָט פֿרויד געשריבן: „דער קאָפּ, וואָס דער אויסגעדאַרטער קינסטלער האָט געשאַפֿן פֿון שטויב — אַזוי ווי ס׳האָט אַ מאָל געטאָן גאָט אַליין — איז אויסערגעוויינטלעך, און זעט טאַקע אויס ווי איך.‟

זעקס חדשים שפּעטער, האָט מען געבראַכט דרײַ פֿאַרטיקע ביוסטן פֿון פֿרויד צו דער „ווינער פּסיכאָאַנאַליטישער געזעלשאַפֿט‟: אַ הילצערנער, אַ שטיינערנער, און אַ בראָנדזענער. פֿרוידן האָט מען געבעטן אויסקלײַבן איינעם פֿאַר אַ מתּנה.

„ס׳איז נישט קיין גרינגע זאַך אויסצוקלײַבן,‟ האָט פֿרויד געשריבן צו דער געזעלשאַפֿט אין נאָוועמבער 1931. „אָבער צוליב דעם, וואָס איך קען נישט האָבן דרײַ קעפּ ווי צערבערוס, האָב איך אויסגעקליבן דעם הילצערנעם. ער האָט אַזאַ פֿרײַנדלעכן אויסדרוק אויפֿן פּנים, אַז כ׳בין זיכער, ער וועט בײַ מיר ווערן אַן אײַנגענעמער מיטוווינער.‟

אין נאָוועמבער 1938, ווען פֿרוידס משפּחה איז אַנטלאָפֿן פֿון ווין, האָט מען מיטגענומען זײַן גאַנץ האָב־און־גוטס, אַרײַנגערעכנט דעם הילצערנעם ביוסט. זיי האָבן זיך באַזעצט אין זייער נײַער היים אין האַמפּסטעד, לאָנדאָן, וווּ דער ביוסט געפֿינט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג, און פֿיגורירט ווי איינעם פֿון די עקספּאָנאַטן אינעם „לאָנדאָנער פֿרויד־מוזיי‟.