דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָבן די מאָסקווער ייִדן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס געפּראַוועט דעם „טאָג פֿון ירושלים‟. דאָס ערשטע אָרט פֿון דער פֿײַערונג איז געווען אַ קליין געסל אין צענטער מאָסקווע — ספּאַסאָגלינישטשעווסקי פּערעוּלאָק, וווּ סע געפֿינט זיך די גרויסע כאָר־שול, און אַנטקעגן איר — איינער פֿון די בנינים, וואָס געהערן דעם סוכנות און דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס.
אַחוץ די דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס, האָבן אינעם יום־טובֿ אָנטיילגענומען דער טוריזם־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל, די רעגירונג פֿון מאָסקווע און די פֿעדעראַלע ייִדישע נאַציאָנאַלע קולטור־אויטאָנאָמיע.
אויף איין טאָג, פֿון מיטאָג ביז 7 אַזייגער אין אָוונט, איז דאָס געסל געוואָרן ענלעך אויף ירושלים. מע האָט גערעדט העברעיִש, אַדורכגעפֿירט אַ ווירטועלע עקסקורסיע איבער ירושלים, געזונגען ישׂראלדיקע לידער. עס האָט געשפּילט דער באַרימטער דזשאַזמאַן פֿון אַשדוד — לעאָניד פּטאַשקאַ. מע האָט געוויזן אַ פֿילם, „ירושלימער סינדראָם‟, פֿון דער רעזשיסאָרין אַנאַסטאַסיאַ צוועטאַיעוואַ.
מע האָט געקענט אָנטיילנעמען אין פֿאַרשיידענע וואַרשטאַטן: „קרבֿ מגע‟, ווײַנערײַ, קאָכן ישׂראלדיקע מאכלים, מולטיפּליקאַציע און שפּילן שאָך; מע האָט אויך געקענט לערנען אַ ביסל העברעיִש.
ס’איז געווען אַ פּראָגראַם פֿון פּאָפּולערע רעפֿעראַטן, וואָס האָבן געהאַלטן סײַ מאָסקווער און סײַ ישׂראלדיקע געלערנטע (צווישן זיי אויך דער הויפּט־ספּעציאַליסט פֿון אַבסאָרבציע־מיניסטעריום, ד״ר זאבֿ כאַנין), סײַ די מיטאַרבעטער פֿון דער אַמבאַסאַדע — וועגן דער ווירטשאַפֿט און דער פּאָליטיק אין ישׂראל, וועגן ירושלים, קבלה און העברעיִש.
ס’איז אויך דורכגעפֿירט געוואָרן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם פֿאַר קינדער.
צו די אַנדערע נײַעס: אין מאָסקווע האָט זיך אַנטוויקלט דער סקאַנדאַל אַרום שנאורסאָנס ביבליאָטעק. לאָמיך דערמאָנען, אַז אין יאַנואַר 2013 האָט דאָס וואַשינגטאָנער געריכט געפּסקנט, אַז רוסלאַנד זאָל איבערגעבן די ביבליאָטעק דעם חב״ד אין אַמעריקע, אַניט וועט די מלוכה מוזן אויסצאָלן שטראָף — 50 טויזנט דאָלאַר אַ טאָג. דעמאָלט האָט די רוסישע מלוכה איבערגעגעבן די זאַמלונג דעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע, וואָס געהערט צום רוסישן חב״ד, אַבי די זאַמלונג זאָל בלײַבן אין רוסלאַנד. דער רוסישער חב”ד האָט ניט דערוועגט זיך אָפּצוזאָגן פֿון אַזאַ מתּנה, כאָטש זי האָט קאַליע געמאַכט אירע באַציִונגען מיט דעם אַמעריקאַנער חב״ד. מע האָט געשאַפֿן אינעם ייִדישן מוזיי אַן אָפּטייל פֿון דער רוסלענדישער מלוכישער ביבליאָטעק און אַהין איבערגעגעבן אַלע ביכער.
אַנומלט האָבן די רוסלענדישע מלוכישע ביבליאָטעק און דער רוסלענדישער קולטור־מיניסטעריום אָנגעגעבן אַ תּבֿיעה קעגן דער קאָנגרעס־ביבליאָטעק פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס האָט אין 1994 באַקומען אַ טייל ביכער פֿון דער זאַמלונג. דער מיניסטעריום און די ביבליאָטעק האָבן געטענהט, אַז די קאָנגרעס־ביבליאָטעק האָט נאָר געבאָרגט די ביכער און האָט זיי געמוזט אומקערן; זי האָט עס אָבער ניט געטאָן און דערמיט עובֿר געווען דעם געזעץ. דעם 22סטן מײַ האָט דאָס אַרביטראַזש־געריכט אין מאָסקווע געשטיצט די תּבֿיעה, און געפּסקנט, די קאָנגרעס־ביבליאָטעק זאָל אומקערן די ביכער און פֿאַר יעדן טאָג פֿאַרזאַמען, זאָל זי אויסצאָלן שטראָף 50 טויזנט דאָלאַר אַ טאָג — אין גאַנצן אַ סימעטרישער פּסק, וואָס שפּיגלט, אַפּנים, ניט אָפּ קיין האָפֿענונג די ביכער זאָלן אַ מאָל צוריק זיך אומקערן קיין רוסלאַנד, נאָר אַ באַגער עפּעס קעגנצושטעלן דעם פּסק פֿון וואַשינגטאָנער געריכט.
דעם 26סטן מײַ איז אין מאָסקווער געגנט אַנטשטאַנען אַ נײַער ייִדישער בית־עולם. ער געפֿינט זיך 7 ק״מ ווײַט פֿון מאָסקווע אין דער אַזוי גערופֿענער „נײַער מאָסקווע‟. אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָבן אָנטיילגענומען דער הויפּט־רבֿ פֿונעם רוסישן חב״ד, בערל לאַזאַר; דער הויפּט פֿון דער ישׂראלדיקער חבֿרה־קדישא, יעקבֿ רוזשע, און דער רבֿ פֿון איינער פֿון די מאָסקווער חב”ד שילן, יצחק כּהן; ער איז אַרויפֿגעגאַנגען אויף אַ ספּעציעלן פּאָדיום, כּדי צו קענען אָנטיילנעמען אין דער צערעמאָניע און ניט טרעטן דער ערד פֿונעם בית־עולם [ווײַל אַ כּהן טאָר דאָס נישט טאָן].
מען איז אַרומגעגאַנגען דעם שטח, געבלאָזן שופֿר, און מיט דעם באַשטימט די גרענעצן פֿונעם בית־עולם. מע האָט אויך געשטעלט אַ דענקמאָל און אָנגעצונדן ליכט.
און פֿון די קולטור־נײַעס: דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט זונטיק דורכגעפֿירט אַן אָוונט אונטערן נאָמען „אַראָפּ פֿונעם וועלאָסיפּעד — פֿאַרן פּאַמעלעכן לייענען‟. „אשכּולות‟ איז אַ בעלן אויף לייענען ליטעראַרישע און אַנדערע טעקסטן פּאַמעלעך, מיט באַטראַכטן די קלענסטע פּיטשעווקעס פֿונעם טעקסט און מיטן קאָמענטאַר. דער אימאַזש פֿונעם וועלאָסיפּעד האָט מען געפֿונען בײַ דעם ייִדיש-רוסישן פֿילאָלאָג און פֿילאָסאָף מיכאַיִל גערשענזאָן, וואָס האָט פֿאַרגליכן דאָס פּאַמעלעכע לייענען מיט גיין צו פֿוס, ווען מע קען באַמערקן קליינע פּרטים, און דאָס גיכע לייענען — מיט רײַטן אויף אַ וועלאָסיפּעד. אייגנטלעך, איז דאָס פּאַמעלעכע לייענען טיפּיש פֿאַר ייִדישקייט, און די כּתבֿי־קודש לערנט מען דווקא פּאַמעלעך.
דרײַ פֿאָרשערס האָבן אַנאַליזירט 3 ווערק פֿון פֿאַרשיידענע מינים — אַ ליטעראַרישן טעקסט, אַ בילד און אַ פֿראַגמענט פֿון אַ פֿילם. די אידעע איז ניט געווען צו באַקענען דעם עולם מיט די דאָזיקע „טעקסטן‟, נאָר צו באַווײַזן, ווי אַזוי מע קען זיי אַנאַליזירן און פֿאַרטײַטשן. באַזונדערס אינטערעסאַנט איז געווען דער טײַטש, וואָס די קונסט־פֿאָרשערין דילשאַט כאַרמאַן האָט געגעבן אויף פּיטער ברויגלס אַ בילד, „מגדל־בבֿל‟. זי האָט פֿאַרגליכן די געשטאַלט אויפֿן בילד מיט די צוויי טעקסטן, וואָס האָבן געדינט די אייראָפּעיִשע מאָלערס ווי אַ מקור: דער מעשׂה־בבֿל פֿונעם תּנ״ך און יוספֿוס פֿלאַוויוס׳ דערציילונג, געבראַכט דעם היסטאָריש־פּאָליטישן קאָנטעקסט, וואָס אין אים איז דאָס בילד געשאַפֿן געוואָרן, און פֿאַרטײַטשט דעם אַלעגאָרישן באַטײַט פֿונעם בילד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.