אינעם יאָר 1981, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן די זאָרגן פֿון די ייִדישע טאַטע־מאַמעס, זייערע קינדער זאָלן נישט אַרײַנגעכאַפּט ווערן אין אַ קולט. לויט דעם אַרטיקל, איז די צאָל יונגע ייִדן אין פֿאַרשיידענע רעליגיעזע סעקטעס כּסדר געשטיגן במשך פֿון בערך אַ צענדליק יאָר. אַ סך קולט־גרופּעס באַשטייען אין אַ דיספּראָפּאָרציאָנעל גרויסער מאָס פֿון ייִדישע מיטגלידער.
ווען איך האָב זיך געלערנט אין קאָלעדזש, אינעם יאָר 1981, האָב איך נישט געהאַט קיין פֿרײַנד, וואָס האָב אָנגעהויבן טאַנצן און זינגען „האַרי קרישנאַ‟ אויף די גאַסן. פֿאַרשיידענע סעקטאַנטישע גרופּעס — די „מוניס‟, „האַרע קרישנאַ‟, כּלערליי יאָגן און גורוס — זענען אָבער דעמאָלט געווען אַ נאַטירלעכער טייל פֿונעם סאָציאַלן לאַנדשאַפֿט. אין יעדן פֿליפֿעלד וואָלט מען געקאָנט באַקומען אַ בלימל פֿון אַ מענטש, וועלכער איז מיט אַ פּאָר יאָר פֿריִער געווען אַ קאָנסולטאַנט פֿון אַ ייִדישן קינדער־לאַגער, און שפּעטער אַ „האַרע קרישנאַ‟.
דער ראַבינער, וועלכער האָט אָנגעשריבן דעם אַרטיקל אין „טײַמס‟, האָט געטענהט, אַז הגם ייִדן באַטרעפֿן בלויז 2.7 פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג, רעפּרעזענטירן זיי 25־30 פּראָצענט פֿון די קולט־מיטגלידער. אינעם יאָר 1979, האָט די אָרגאַניזאַציע „בני־ברית‟ געשאַפֿן אַ ספּעציעלע פּראָגראַם, כּדי צו וואָרענען די ייִדישע משפּחות וועגן די קולטן. נישט קיין חידוש, וואָס די ייִדישע טאַטע־מאַמעס האָבן זיך אין יענער תּקופֿה געפֿילט אַזוי פֿאַרזאָרגט!
מײַן זון קלײַבט זיך איצט צו גיין זיך לערנען אין אַ קאָלעדזש. לעצטנס, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט און באַמערקט, אַז איך זאָרג זיך נישט מער וועגן קיין „מוניס‟; מיט אַזאַ צונעמעניש, וואָס האָט אַ נעגאַטיוון טעם, רופֿט מען די נאָכפֿאָלגער פֿון סון מיונג מון, דער גרינדער פֿון דער „פֿאַראייניקטער דרום־קאָרעיִשער קירך‟. אינעם הײַנטיקן דור איז די אַמאָליקע קאָלאָסאַלע פּראָבלעם פֿון קולטן פּלוצעם פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, און עס בלײַבט נישט קלאָר, ווי אַזוי דאָס איז געשען.
קלאַרק סטראַנד, אַ לערער פֿון בודיזם און אַ געוועזענער מאָנאַך, דערקלערט אין זײַן נײַ בוך וועגן „דער אויפֿוועקונג פֿונעם בודאַ‟, אַז אין די 1960ער יאָרן האָט די יוגנט זיך אַנטוישט אין אַלע טראַדיציאָנעלע מאַכט־סטרוקטורן, אַרײַנגערעכנט די מלוכה, בילדונג־אַנשטאַלטן, דאָס מיליטער. פֿאַרשטייט זיך, האָט מען די אָפֿיציעלע רעליגיע אויך נישט געזשאַלעוועט. דעריבער, האָבן אַ סך מענטשן געזוכט אַלטערנאַטיווע וועגן צום רוחניות און זענען צוגעצויגן געוואָרן צו פֿאַרשיידענע גורוס. דער מחבר אַליין האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דזען־בודיזם אין 1977, ווען ער איז געווען 19 יאָר אַלט.
דזשים אַטוווּד, אַ רעליגיעזער אינסטרוקטאָר בײַם טעקסאַסער „קריסטלעכן אוניווערסיטעט‟, האָט דערקלערט, אַז דער הײַנטיקער דור אינטערעסירט זיך ווייניקער מיט רעליגיע, אַרײַנגערעכנט די נײַע באַוועגונגען. צום בײַשפּיל, זענען בערך אַ פֿערטל סטודענטן אין זײַן אוניווערסיטעט נישט אַפֿיליִיִרט מיט קיין רעליגיע, נישט געקוקט אויפֿן קריסטלעכן נאָמען פֿונעם אַנשטאַלט.
אויב אַ ייִדישער סטודענט באַשליסט הײַנט צו באַזוכן אַ בודיסטישע אונטערנעמונג, באַטראַכט ער עס פּונקט אַזוי ווי אַ וואַקאַציע אין טײַלאַנד. די יונגע־לײַט זוכן נאָך אַלץ רוחיות, אָבער האָבן מער נישט אַזאַ חשק זיך אײַנצושליסן אין עפּעס אַ פֿאַרמאַכטער גרופּע. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קאָנען זיי געפֿינען נײַע חבֿרים אויפֿן קאָמפּיוטער און דאַרפֿן נישט אַרומלויפֿן צווישן די סעקטעס. אויב עמעצער אינטערעסירט זיך הײַנט מיט אַ געוויסער באַוועגונג, קומט דער „גוגל‟ צו הילף, אַנשטאָט די גורוס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.