דעם 1טן מײַ, האָט די אויטאָ־פֿירמע „פֿאָרד‟ אויסגעקליבן איר נײַעם פּרעזידענט און הויפּט־פֿאַרוואַלטער — מאַרק פֿילדס, אַ 53־יאָריקער אויספֿיר־דירעקטאָר. צום ערשטן מאָל איז אַ ייִד געוואָרן דער הויפּט־פֿירער פֿון אַ גרויסער אַמעריקאַנער פֿירמע, וואָס פּראָדוצירט אויטאָמאָבילן. ס׳איז באַזונדערס חידושדיק, ווײַל „פֿאָרד‟ איז געגרינדעט געוואָרן דורך איינעם פֿון די ערגסטע אַנטיסעמיטן אין דער געשיכטע פֿונעם לאַנד. די שליסל־פּאָזיציעס אין דער דאָזיקער קאָמפּאַניע ווערן געוויינטלעך געגעבן די אינזשענירן, וואָס האָבן גראַדויִרט פֿון די אוניווערסיטעטן אינעם צענטראַל־מערבֿדיקן טייל פֿונעם לאַנד, אָדער די יורשים פֿונעם גרינדערס משפּחה.
אין יענער תּקופֿה, ווען הענרי פֿאָרד האָט אָנגעפֿירט מיט דער פֿירמע, האָט פֿילדס משפּחה געהייסן פֿינקעלמאַן; שפּעטער האָט זי געביטן דעם פֿאַמיליע־נאָמען אויף אַ מער אַמעריקאַנער שטייגער. פּונקט אַזוי, האָט די פּאָליטיק פֿון „פֿאָרד‟ זיך געביטן במשך פֿון צענדליקער יאָר. הגם די אויטאָמאָביל־קאָמפּאַניע טראָגט דעם זעלבן נאָמען פֿונעם גרינדער, איז הײַנט געוואָרן מעגלעך פֿאַר אַ ייִד צו באַקומען דאָרטן די העכסטע פּאָזיציע.
דזשעפֿרי גוראָק, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע אינעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט, האָט באַמערקט, אַז הערני פֿאָרד וואָלט, מסתּמא, נישט געחלומט, אַז אַמאָל וועט זײַן פֿירמע אויסקלײַבן אַ ייִדישן פֿאַרוואַלטער. איינער פֿון זײַנע אַנטיסעמיטישע חשדים איז געווען, אַז ייִדן פֿירן אָן מיט אַנדערע מענטשן, אָבער אַליין אַרבעטן נישט.
פֿילדס איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין, אויפֿגעוואַקסן אין ניו־דזשערזי און האָט פֿאַרענדיקט די געשעפֿט־שול אין האַרוואַרד. אַ סך אַנדערע סטודענטן האָבן געהאָפֿט צו געפֿינען אַ רײַכע קאַריערע אויף וואָל־סטריט; להיפּוך, האָט דער איצטיקער פֿאַרוואַלטער פֿון דער פֿירמע באַשלאָסן אָנצוהייבן אַרבעטן בײַ „פֿאָרד‟.
אינעם יאָר 2005, ווען דער צפֿון־אַמעריקאַנער גרויסער צווײַג פֿון „פֿאָרד‟ האָט געליטן פֿון פֿינאַציעלע צרות, האָט פֿילדס אויסגעאַרבעט אַ סטראַטעגיע פֿאַרן דעמאָלטיקן פֿאַרוואַלטער, אַלען מאָלאַלי. אינעם פּעריאָד פֿון 2005 ביז 2008, האָט די קאָמפּאַניע פֿאַרלוירן איבער 30 מיליאַרד דאָלאַר. שפּעטער האָט זיך דער מצבֿ ווידער פֿאַרבעסערט, מיט דער הילף פֿון פֿילדסעס פּלאַן. פֿון 2009 ביז 2013, האָט די פֿירמע מרוויח געווען אויף 42 מיליאַרד.
אינעם יאָר 1989, ווען דער נײַ־אויסגעקליבענער פֿאַרוואַלטער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בײַ „פֿאָרד‟, האָט די פֿירמע געהאַט ווײַט נישט די בעסטע רעפּוטאַציע פֿאַר אַ ייִד. דער גרינדער פֿון דער פֿירמע איז באַקאַנט מיט זײַן אַנטיסעמיטישן פּאַמפֿלעט „דער אינטערנאַציאָנאַלער ייִד‟, וואָס ער האָט געצוווּנגען זײַנע אַרבעטער איבערצולייענען. בערך אַ האַלב מיליאָן עקזעמפּלאַרן פֿונעם בוך זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן אין אייראָפּע; די נאַציס האָבן עס אויפֿגענומען מיט ענטוזיאַזם, איבערגעזעצט אויף דײַטש, און אויסגענוצט ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע־מיטל. אינעם יאָר 1938, איז הערני פֿאָרד באַלוינט געוואָרן פֿאַר דעם מיט אַ נאַציסטישן „אָדלער‟.
זײַן אייניקל, הענרי פֿאָרד דער צווייטער, האָט פֿײַנט געהאַט דעם זיידן און האָט געשטיצט ייִדן און ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ערשט אין די סוף 1970ער יאָר האָט זיך אַ ייִד, מערווין מענינג, אײַנגעגעבן צו באַקומען אַ הויכע פּאָזיציע און צו ווערן אַ וויצע־פּרעזידענט בײַ אינעם פֿון די צווײַגן פֿון דער פֿירמע.
דערווײַל ווייסט מען נישט, וויפֿל געלט פֿילדס וועט באַקומען ווי זײַנע נײַע פּערזענלעכע שׂכירות. לויט „רויטערס‟, איז זײַן אַלגעמיין יערלעך „פּעקל‟ געשטיגן אינעם יאָר 2013 ביז 23.2 מיליאָן דאָלאַר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.