ווען דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד איז זיך צעפֿאַלן אויף באַזונדערע, אומאָפּהענגיקע לענדער, זײַנען זיך אויך צעפֿאַלן פֿאַרשיידענע שעפֿערישע פֿאַראיינען, אָרגאַניזאַציעס, אינסטיטוציעס. דאָס זעלבע איז פֿאָרגעקומען אין מאָלדאָווע, וווּ איך האָב דעמאָלט געוווינט. אין קעשענעוו אויפֿן אָרט פֿון איין שרײַבער־פֿאַראיין זענען געוואָרן צוויי. איינער אַ פּראָ־רומענישער, דעמאָקראַטישער; דער צווייטער — אַ פּראָ־סאָוועטישער. דער פֿאָרזיצער פֿון דעם לעצטן, דעם פּראָ־דיקטאַטאָרישן שרײַבער־פֿאַראיין איז געווען דער פּאָעט מאַלײַ — אַזאַ פֿאַמיליע־נאָמען האָט ער געהאַט.
אין בעסאַראַביע און אויך אין רומעניע איז געווען אַ ייִדיש ווערטל, וואָס כ’האָב ניט געפֿונען אין קיין איין פֿאָלקלאָר־זאַמלונג. און עס קלינגט אַזוי: „וואָס הערט זיך נײַעס? — מע באַקט מאַלײַעס!‟. מאַלײַ איז אַ מין ברויט, צי קעקס פֿון פּאַפּשוימעל, וואָס מע באַקט אין אַן אויוון. אין מאָלדאָווע טראָגן אַ סך מענטשן נעמען פֿון פֿאַרשיידענע נאַציאָנאַלע מאכלים. טאַקע אין דעם זעלבן פֿאַראיין איז געווען אַן עקזעקוטיווע, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ פּראָ־סאָוועטישער אָרגאַניזאַציע — אַ „טרויקע‟, וואָס האָט אָנגעפֿירט מיט דער טעטיקייט פֿון די עטלעכע שרײַבערס.
דאָס זענען געווען: מאַלײַ, דער פֿאָרזיצער, און צוויי מיטגלידער: אַ מעמואַרן־שרײַבער — מאַמעליגע, און אַ פּאָעטעסע מיטן נאָמען האַלושקע. מאַמעליגע, דאַרפֿט איר וויסן, איז ניט נאָר אַ נאַציאָנאַל מאכל פֿון פּאַפּשוימעל; אַ מאַמעליגע הייסט אויך אַ מענטש, וואָס איז ניט דאָס און ניט יענץ, אַ „צעקראָכענע בריה‟, „ניט מילכיק ניט פֿליישיק‟, „פּאַרעווע לאָקשן‟.
דער שרײַבער מאַמעליגע האָט תּמיד געשטימט אויף די זיצונגען פֿון דער עקזעקוטיווע פֿאַר אַלץ, וואָס עס האָט פֿאָרגעלייגט מאַלײַ, זײַן „פּאַפּשוי־ברודער‟. האַלושקע — אַ מאכל, וואָס אויף ייִדיש הייסט עס האָלובצעס, מאַכט מען אין מאָלדאָווע פֿון פּאַפּשוי־גרויפּן, אײַנגעוויקלט אין ווײַנטרויבן־בלעטער. זי, די פּאָעטעסע האָלושקע, האָט געוווינט אין אַ פּאָעטישער וועלט, און די פּראָזע פֿונעם לעבן האָט זי ווייניק אינטערעסירט. די פּאָעטעסע איז געווען אָנגעפֿילט מיט לידער, ווי אַ האַלושקע מיט פּאַפּשוי־גרויפּן, און פֿלעג שטענדיק פֿאַרשרײַבן זיי אויף פּאַפּירלעך. דערפֿאַר בײַם שטימען אויף די זיצונגען האָט זי, געוויינטלעך, זיך ניט צוגעהערט צו דעם וואָס מע רעדט. מיט דער לינקער האַנט האָט זי געשטימט, און מיט דער רעכטער — פֿאַרשריבן אַ נײַעם פֿערז…
איין מאָל האָט מאַלײַ צונויפֿגערופֿן די עקזעקוטיווע. ער האָט געזאָגט: „חבֿרים, איר ווייסט דאָך, אַז די פֿרוי מײַנע באַוואַשט מיך און באַפּוצט מיך; ווען ניט זי, וואָלט איך דען געקאָנט שרײַבן לידער, זײַן אַ פּאָעט? — זיבן מאָל, ניין! דערפֿאַר לייג איך פֿאָר, מע זאָל אַרײַננעמען אין אונדזער פֿאַראיין מײַן פֿרוי. איר זענט מסכּים?‟
מאַמעליגע האָט באַלד אויפֿגעהויבן די האַנט, האָלושקע — די לינקע האַנט. האָט דער פֿאָרזיצער פֿאָרגעזעצט: „צוליב וועמען אַרבעט איך, שרײַב איך לידער? — צוליב מײַן זון און טאָכטער! צוליב דעם המשך־דור! איך לייג פֿאָר, אַז מע זאָל אויך זיי אַרײַננעמען אין פֿאַראיין… מײַן שנור האָט מיר געבראַכט אַן אייניקל, דאָס איז מײַן צוקונפֿט, מוז זי דאָך אויך זײַן מיט אונדז…‟
נאָך דער דאָזיקער זיצונג האָבן שוין אין דעם פּראָ־סאָוועטישן שרײַבער־פֿאַראיין געאַרבעט 5 מאַלײַען: מאַלײַ־טאַטע, מאַלײַ־פֿרוי, מאַלײַ־זון מיט זײַן פֿרוי, און מאַלײַ־טאָכטער, וואָס איז נאָך ניט געווען קיין חתונה־געהאַטע. מיטן אייניקל האָט מען דערווײַל באַשלאָסן צוּוואַרטן, מחמת קיין קינדער־סעקציע איז בײַם פֿאַראיין ניט געווען.
איצט, וואָלט איך געזאָגט, איז דער שרײַבער־פֿאַראיין געוואָרן אַ מין פּריוואַט מאַלײַ־„אָרגאַניזאַציע‟.
שפּעטער מיט אַ פּאָר וואָכן נעמט מען אַרײַן אין פֿאַראיין עטלעכע גראַפֿאָמאַנען, וואָס מע האָט זיי יאָרנלאַנג ניט אָנערקענט ווי שרײַבערס. פֿאַרשטייט זיך, אַז זיי האָבן, נעבעך, ניט געוווּסט ווי דעם פֿאָרזיצער מאַלײַ צו באַדאַנקען. שטעלט זיך פֿאָר: די גראַפֿאָמאַנען זענען דאָך געוואָרן מיט אַלע שרײַבערס גלײַך — מיטגלידער פֿון אַ פּראָפֿעסיאָנעלן שרײַבער־פֿאַראיין! בקיצור, די גרופּע גראַפֿאָמאַנען האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ קאָלעקטיווע „מאַמעליגע‟, וואָס האָט געשטימט פֿאַר יעדן פֿאָרשלאָג, וואָס זייער בעל־טובֿה פֿלעגט פֿאָרשלאָגן.
דער פֿאַראיין האָט זיך געפֿונען אין אַ שרײַבער־הויז, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון דעם סאָוועטיש־מאָלדאַווישן קלאַסיקער יעמעליאַן בוקאָוו, וועלכער איז אין די יונגע יאָרן געווען אַן אונטערערדישער טוער, ווי, צום בײַשפּיל, אונדזער ייִדישער פּאָעט ה. לייוויק.
עפּעס אין אַ טאָג האָט דער פֿאָרזיצער באַשטימט דורכצופֿירן אַ יערלעכע פֿאַרזאַמלונג פֿונעם שרײַבער־פֿאַראיין. כּדי אויסצומײַדן פֿאַרשיידענע סורפּריזן, האָט ער צונויפֿגעשטעלט אַ רשימה שרײַבערס, וואָס האָבן רעכט אָנטייל צו נעמען אין דער זיצונג. בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם שרײַבער־הויז זענען געשטאַנען צוויי באַוואַפֿנטע שומרים, און איינער פֿון זיי האָט געהאַלטן די דאָזיקע רשימה. און אָט איז געקומען דער מאָלדאַווישער פּאָעט זאַדניפּרו (מיר קאָנען אים פֿאַרגלײַכן, צום בײַשפּיל, מיטן ייִדישן פּאָעט מיכאל פֿעלזענבאַום). וואָס הערט ער פֿונעם וועכטער מיט דער רשימה? „איר זענט דאָ ניטאָ!‟ — „פֿאַר וואָס?‟ — פֿרעגט זאַדניפּרו־פֿעלדזענבאַום. „ווײַל איר צאָלט ניט קיין מיטגליד־אָפּצאָלן‟ — זאָגט דער צווייטער שומר און לייגט די האַנט אויפֿן רעוואָלווער.
עס האָט געוואָלט אַרײַנגיין דער באַקאַנטער פּאָעט נעגרוצע (זאָלן מיר אים פֿאַרגלײַכן מיט אונדזער פּאָעט וועלוול טשערנין), הערט זיך ווידער:
„ניטאָ אין דער רשימה!‟
„וואָסי?‟
„איר זענט דאָך לויטן פֿאַך אַן עטנאָגראַף, און אַן עטנאָגראַף קאָן ניט זײַן קיין פּאָעט!‟ — דערקלערט אים דער שומר, און לייגט די האַנט אויפֿן רעוואָלווער.
עס וויל אַרײַנגיין דער קריטיקער און אַקאַדעמיקער טשימפּוי (מיר קאָנען אים פֿאַרגלײַכן, צום בײַשפּיל, מיטן פּראָפֿעסאָר שיינטוך).
„איר זענט ניטאָ אין דער רשימה!‟
„וואָס גאָר?‟
„ווײַל איר זענט אַ פּראָפֿעסאָר, און אַ פּראָפֿעסאָר שרײַבט ניט קיין קינסטלערישע ביכער.‟ — שרײַט אויס דער שומר, און גיט צו: „הייסט עס, אַז איר קענט ניט זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פֿאַראיין!‟ און ווי זײַן שטייגער איז, לייגט ער די האַנט אויפֿן רעוואָלווער…
נאָך דער „היסטאָרישער‟ זיצונג אין שרײַבער־הויז, „מיט צוויי שומרים בײַ די טויערן פֿון דער ליטעראַטור‟, וווּ מאַלײַ איז געוואָרן דאָס זעקסטע מאָל פֿאָרזיצער, האָבן די קאָלעגן פֿונעם פּראָ־רומענישן שרײַבער־פֿאַראיין אַ סך געשפּאַסט און זיך געוויצלט. אויף אַ שוואַכן פּאָעט, צי אַ גראַפֿאָמאַן פֿלעג מען זאָגן: „ער איז דער פּאָעט פֿון מאַלײַס רשימה‟. צי: „אויך מיר אַ גרויסער פּאָעט? דו ביסט אַפֿילו נישטאָ אין מאַלײַס רשימה!‟. אַזוי איז שוין פֿאַרבליבן אין דער רעפּובליק מאָלדאָווע דאָס ווערטל: „מאַלײַס רשימה‟ — וואָס מיינט, אַ פֿאַלשע, אַ ניט־געזעצלעכע זאַך…
ניט לאַנג צוריק בין איך געווען אין קעשענעוו. דער פּראָ־סאָוועטישער שרײַבער־פֿאַראיין האָט שוין ניט עקזיסטירט. דאָס שרײַבער־הויז האָבן די מאַלײַס פֿאַרקויפֿט. איצט איז אין דער דאָזיקער געבײַדע עפּעס אַ ביזנעס פֿון פּאַפּשוי־פּראָדוקטן. די אַלע מאַלײַס, בתוכם מיטן אייניקל, וואָס איז שוין אונטערגעוואַקסן און געוואָרן אַ גלײַכער מאַלײַ־מיטגליד, פֿירן איצט אָן מיט אַ פּראָ־סאָוועטישן קאָמפּאָזיטאָר־פֿאַראיין…
וועט איר מיך, אַוודאי, פֿרעגן: צוליב וואָס האָב איך די פּאַסקודנע מעשׂה דערציילט פֿאַרן ייִדישן לייענער? סאַראַ שײַכות האָט עס צו אים? כ’האָב פּשוט געוואָלט איר זאָלט וויסן, וואָס עס קאָן געשען אין אַ געוועזענער סאָוועטישער רעפּובליק, וווּ מע איז ניט צוגעוווינט צו דעמאָקראַטיע. דאַנקען גאָט, מיר וווינען אין אַ ייִדיש, דעמאָקראַטיש לאַנד. בײַ אונדז וואָלט דען געקאָנט אַזוינס פֿאָרקומען?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.