צי זאָלן ייִדן אַוועק פֿון אייראָפּע?

Have the Jews Lost Europe?

דער פֿראַנצויזישער „נאַציאָנאַלער פֿראָנט‟, בראָש מיט מאַרין לע פּען.
Getty Images
דער פֿראַנצויזישער „נאַציאָנאַלער פֿראָנט‟, בראָש מיט מאַרין לע פּען.

פֿון דייוו ריטש (Forward)

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.

דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט דזשעפֿרי גאָלדבערג האָט זיך נישט לאַנג צוריק געחידושט אויפֿן „טוויטער‟, צי מע דאַרף וואָרענען די אייראָפּעיִשע ייִדן, אַז „ס׳איז אפֿשר געקומען די צײַט אַוועקצופֿאָרן‟. גאָלדבערג האָט נישט דערקלערט, פֿאַרוואָס ער האָט אַזאַ נעגאַטיווע מיינונג וועגן דער צוקונפֿט פֿון ייִדן אין אייראָפּע. מסתּמא, האָט ער געהאַט אין זינען די שיסערײַ דעם 24סטן מײַ אינעם בריסלער ייִדישן מוזיי און דעם נצחון פֿון עטלעכע פֿאַשיסטישע פּאַרטייען אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט דעם צווייטן טאָג. פֿיר מענטשן זענען אומגעקומען בעת דעם שיסערײַ־אינצידענט.

אינעם יאָר 2013 האָט די „אַגענטור פֿאַר פֿונדאַמענטאַלע רעכט‟ פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿונעם אויספֿרעג, לויט וועלכן בערך אַ פֿערטל פֿון די אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן במשך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר טאַקע געטראַכט צו עמיגרירן, ווײַל אין זייערע לענדער פֿילן זיי זיך נישט זיכער. אין בעלגיע, פֿראַנקרײַך און אונגערן זענען אַזעלכע געפֿילן נאָך מער פֿאַרשפּרייט — 40 פּראָצענט.

דער אינצידענט אין בריסל בלײַבט דערווײַל אַ רעטעניש. ס׳איז נישט קלאָר, ווער און פֿאַרוואָס עס האָט אָנגעהויבן שיסן. עס לייגט זיך אָבער אויפֿן שׂכל, אַז די בעלגישע ייִדן, וואָס 45 פּראָצענט פֿון זיי האָבן מורא צו גיין אין דרויסן מיט אַ יאַרמלקע אָדער מגן־דוד, זענען געוואָרן נאָך מער פֿאַרזאָרגט.

נישט לאַנג צוריק, אין אַפּריל, האָט עמעצער דערשאָסן אויף טויט דרײַ מענטשן אין אַן אַנדער ייִדישן קהילה־בנין. די מעשׂה איז געשען אין קאַנזאַס און מע האָט באַשטעטיקט, אַז דער פֿאַרדעכטיקטער מערדער איז אַן אַקטיווער נעאָ־נאַציסט. פֿונדעסטוועגן, האָט דער דאָזיקער אינצידענט נישט אַרויסגערופֿן קיין זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן בײַ די אָרטיקע ייִדישע פֿירער. אין פֿאַרגלײַך מיט משה קאַנטאָר, דעם פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָבן די אַמעריקאַנער ייִדן באַטראַכט די קאַנזאַסער שיסערײַ בלויז ווי אַן איזאָלירטן פֿאַל.

געוויסע אייראָפּעיִשע פּאַרטייען קעמפֿן קעגן דער כּשרער שחיטה און ברית־מילה. דער גרעסטער צווייפֿלהאַפֿטיקער פּאָליטישער חידוש איז געווען דער נצחון פֿונעם פֿראַנצויזישן „נאַציאָנאַלן פֿראָנט‟, וועלכער האָט געוווּנען 24 ערטער אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט, וווּ עס וועלן זיצן אויך אַ צאָל בפֿירושע נעאָ־נאַציס — דרײַ גריכן און אַ דײַטש. דער בריטישער פּאָליטישער קאָמענטאַטאָר פּאָל מייסאָן האָט באַמערקט, אַז דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד, וואָס איינער פֿון זײַנע אָריגינעלע צוועקן איז געווען נישט צו דערלאָזן פֿאַשיזם אויפֿן קאָנטינענט, איז הײַנט געוואָרן פֿול מיט פֿאַשיסטן.

פֿון דער ווײַטנס, קאָן דאָס אַלץ טאַקע אויסזען ווי אַ סכּנותדיקע סיטואַציע. למעשׂה, דאַרף מען אָבער האָבן אין זין, אַז אין אַ גרויסן טייל פֿון אייראָפּע זענען נישטאָ קיין פֿאַשיסטישע פּאַרטייען, און אַז די פֿאַשיסטן וועלן פֿאָרשטעלן בלויז אַ קליינע צעטיילטע מינאָריטעט אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. אַדרבה, צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס האָבן אַ צאָל לענדער זיך אָפּגעקערעוועט אויף לינקס, דווקא אַוועק פֿון פֿאַשיזם. ס׳איז אויך כּדאַי צוצוגעבן, אַז די הײַנטיקע פֿאַשיסטישע פּאַרטייען אין אייראָפּע זענען געשטימט, דער עיקר, קעגן אימיגראַנטן. אַנטיסעמיטיזם שפּילט נישט בײַ זיי קיין ערנסטע ראָלע, הגם די פֿאַשיסטישע שטימונגען קאָנען שאַפֿן אַן אַלגעמיינע אומטאָלעראַנטע אַטמאָספֿער.

בקיצור, צי קאָנען מיר, אייראָפּעיִשע ייִדן, זיך באַגיין אָן די עצות פֿון אונדזערע אַמעריקאַנער פֿרײַנד? יאָ — מיר זענען בכּוח אַליין צו באַשטימען, וווּ מיר ווילן וווינען און וואָס מיר ווילן טאָן.


דייוו ריטש איז דער וויצע־דירעקטאָר פֿונעם „פֿאָנד פֿאַר קהילה־זיכערהייט‟ — אַ בריטישע חסד־אָרגאַניזאַציע, וואָס קאָנסולטירט און שטיצט די אָרטיקע ייִדישע קהילה.