חסידים קעגן די קליעשטשעס

Talking Ticks in Catskills

קעטסקילס: נישט בלויז מענטשן, נאָר די קליעשטשעס האָבן אויך ליב די דאָזיקע שיינע געגנט
Tiner Ralph, U.S. Fish and Wildlife Service
קעטסקילס: נישט בלויז מענטשן, נאָר די קליעשטשעס האָבן אויך ליב די דאָזיקע שיינע געגנט

פֿון דאַניעל שלאַנגער (Forward)

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.

אַ סך חסידישע משפּחות אין ברוקלין גרייטן זיך איצט צו פֿאַרברענגען שבֿועות און די זומערדיקע וואַקאַציע אין די קעטסקילס — אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. פֿאַר אַ סך פֿרומע ייִדן, וואָס וווינען אַ גאַנץ יאָר אין דער גרויסער שטאָט, איז עס דער באַליבסטער קוראָרט.

צווישן די שיינע גרינע טאָלן און וועלדער פֿון די קעטסקילס טרעפֿן זיך אָבער אויך קליינע אומאָנגענעמע באַשעפֿענישן, וואָס שטעקן כּסדר אָן אַ סך מענטשן מיט דער „לײַם־קראַנקייט‟; עס גייט די רייד וועגן קליעשטשעס („טיקס‟).

עטלעכע חסידישע פֿרויען אין ברוקלין, וואָס לײַדן פֿון דער „לײַם־קראַנקייט‟, האָבן געשאַפֿן אַ ספּעציעלע שטיצע־גרופּע מיטן נאָמען „Yesh Tickva‟ — אַ ווערטערשפּיל, וואָס איז מרמז אויפֿן לשון־קודשדיקן וואָרט „תּיקווה‟ און די קליעשטשעס. די באַטייליקטע האָבן זיך שוין עטלעכע מאָל געטראָפֿן, כּדי צו דערקלערן די געליטענע, ווי אַזוי זיך אויסצוהיילן פֿון דער קראַנקייט און אונטערצוהאַלטן דעם מוט בײַ די, וואָס לײַדן דערפֿון.

די פֿרויען פּלאַנירן אויך צו פֿאַרשפּרייטן די ידיעות וועגן דער „לײַם־קראַנקייט‟, כּדי דער עולם זאָל וויסן וועגן אירע סימפּטאָמען און מעגלעכע סכּנות. זיי קלײַבן זיך אויך צו פֿאַרעפֿנטלעכן וואָרענונגען אין די אָרטיקע צײַטונגען און אָפּצושמועסן מיט די דאָקטוירים, מיטגלידער פֿון דער חסידישער אַמבולאַנץ „הצלה‟ און די מאַמעס, וואָס גרייטן זיך אָפּצושיקן זייערע קינדער אין אַ זומער־לאַגער.

נחמה קלוגהאַופּט, די גרינדערין פֿון דער גרופּע, האָט דערקלערט, אַז זי היילט זיך שוין אויס פֿון דער קראַנקייט, פֿילט זי זיך פֿאַראַנטוואָרטלעכט צו פֿאַרשפּרייטן די אינפֿאָרמאַציע וועגן דער „לײַם־קראַנקייט‟, וואָס קאָן האָבן אַ סך פֿאַרשיידענע סימפּטאָמען: געפֿערלעכע שלאַפֿקייט, שלאָפֿלאָזיקייט, אוממעגלעכקייט זיך צו קאָנצענטרירן, קאָפּ־דרייעניש, נערוועזקייט און געלענק־ווייטיק. ס׳איז שווער צו באַשטעטיקן די דאָזיקע קרענק, דערפֿאַר שטעלן די דאָקטוירים אָפֿטמאָל נישט קיין ריכטיקן דיאַגנאָז.

רחל ג., איינע פֿון די פֿרויען אין דער גרופּע, האָט דערציילט, אַז זי האָט געליטן בערך 15 יאָר, איידער מע האָט אויסגעפֿונען, אַז זי איז קראַנק אויף „לײַם‟. די פּײַן איז געוואָרן אַלץ ערגער און ערגער במשך פֿון דער צײַט; זי האָט זיך געמוטשעט כּמעט יעדן טאָג פֿון קאָנוווּלסיעס. בײַם אָנהייב, האָבן די דאָקטוירים אַפֿילו נישט פֿאַרשטאַנען, וואָס ס׳טוט זיך מיט איר.

די קעטסקילס־געגנט איז באַקאַנט ווי אַן אָרט, וווּ די קליעשטשעס טרעפֿן זיך אויף שריט און טריט. די נײַע גרופּע האָפֿט צו העלפֿן די אָנגעשטעקטע חסידים צו דיאַגנאָזירן די קראַנקייט, כּדי זי אָפּצושטעלן און נישט דערלאָזן זיך צו אַנטוויקלען. דער עיקר־צוועק איז אָבער צו שטיצן די, וואָס זענען שוין קראַנק.