רעכטער פֿליגל „פֿאַרכאַפּט‟ דעם ישׂראל־פּאַראַד

Right Wing Has Hijacked the Israel Day Parade


פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published June 01, 2014, issue of June 20, 2014.

אָט איז אַ קשיא פֿאַר אײַך, ליבע לייענער: ווען מרדכי אַנילעוויטש, דער פֿירער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, וואָלט איבערגעלעבט די מלחמה און זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, וואָלט מען אים דערלויבט מאַרשירן אינעם יערלעכן ישׂראל־פּאַראַד אויף דער פֿיפֿטער עוועניו?

ענטפֿער: אויב געוויסע אַליין־באַשטימטע „וועכטער פֿונעם אמתן ציוניזם‟ וואָלטן געהאַט די דעה — מסתּמא נישט. אַנילעוויטש האָט אָנגעפֿירט מיטן וואַרשעווער צווײַג פֿון „השומר הצעיר‟ — די סאָציאַליסטיש־ציוניסטישע באַוועגונג, וואָס האָט געגרינדעט די „ייִדישע קאַמף־אָרגאַניזאַציע‟ אין געטאָ. ס׳איז נישט קיין ספֿק, אַז אַנילעוויטש וואָלט שפּעטער אין אַמעריקע ווײַטער אָנגעפֿירט מיט „השומר הצעיר‟, וואָס איז הײַנט באַקאַנט מיטן נאָמען Partners for Progressive Israel (שותּפֿים פֿון אַ פּראָגרעסיוון ישׂראל).

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז די אָרגאַניזאַציע איינע פֿון די דרײַ, וואָס די רעכט־געשטימטע וואַך־אָרגאַניזאַציעס האָבן געפּרוּווט אויסשליסן פֿונעם פּאַראַד דעם 1טן יוני. די אַנדערע צוויי זענען די New Israel Fund, וואָס פֿינאַנצירט פֿאַרשידענע צוועקן פֿון סאָציאַלער גערעכטיקייט אין ישׂראל, און „בצלם‟ — די הויפּט מענטשנרעכט־אָרגאַניזאַציע אין ישׂראל.

דאָס איז דער נײַסטער קאַפּיטל אינעם קאַמף צו באַזײַטיקן די „נישט־געוווּנטשענע‟ עלעמענטן פֿון דער ייִדישער קהילה. עטלעכע יאָר לאַנג האָבן געוויסע אָרטאָדאָקסישע גרופּעס געפּרוּווט אויסשליסן די ייִדישע האָמאָסעקסואַלע גרופּעס פֿונעם פּאַראַד; איצט נעמט מען זיך צו די פּראָגרעסיווע גרופּעס.

די טענה קעגן די דרײַ אָרגאַניזאַציעס: מע באַשולדיקט זיי אין שטיצן BDS — די אינטערנאַציאָנאַלע קאַמפּאַניע צו איזאָלירן ישׂראל דורך בויקאָטן און סאַנקציעס. ס׳איז נישט אמת, אָבער גיי שרײַ חי־וקים…

אַ ביסל געשיכטע וועגן Partners for Progressive Israel: די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, פֿאַרן אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, ווי דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿון דער „השומר הצעיר‟־פּאַרטיי. „השומר הצעיר‟ איז אַליין געגרינדעט געוואָרן אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע אין 1916; געבויט איר ערשטן קיבוץ אין בית־אלפֿא אין 1922, און געהאָלפֿן שאַפֿן דעם פּלמ״ח — דער עליט־קאָרפּוס פֿון דער „הגנה‟ אין 1941. נאָך דער אומאָפּהענגיקייט, האָט די אָרגאַניזאַציע זיך פֿאַראייניקט מיט אַ צווייטער אַרבעטער־פֿראַקציע, און דערבײַ איז געשאַפֿן געוואָרן מפּ״ם — די צווייט־גרעסטע פּאַרטיי אין ישׂראל.

‏Partners for Progressive Israel האָט שפּעטער געהאָלפֿן צו גרינדן דעם ערשטן ישׂראל־פּאַראַד אין ניו־יאָרק אין 1964. בקיצור, די באַוועגונג איז איינע פֿון די גרונט־אינסטיטוציעס פֿון דער ייִדישער מדינה. ווי אַזוי זשע איז זי פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ „שׂונא פֿון ישׂראל‟?

אין 2010 האָט דער ריזיקער ישׂראלדיקער ייִשובֿ אויפֿן מערבֿ־ברעג — אַריאל — אויפֿגעבויט אַ נײַעם טעאַטער־זאַל און געמאָלדן וועגן די פֿאָרשטעלונגען, וואָס וועלן דאָרט פֿאָרקומען אין יענעם סעזאָן, דורכגעפֿירט דורך די פֿירנדיקע ישׂראלדיקע טעאַטער־טרופּעס. בערך 60 אַקטיאָרן און אַרטיסטן האָבן דערקלערט, אַז זיי וועלן אין אַריאל נישט אויפֿטרעטן.

דאָס האָט שטאַרק אויפֿגעבראַכט דעם רעכטן פֿליגל. פּרעמיער בנימין נתניהו האָט באַשולדיקט די אַקטיאָרן אין צוהעלפֿן די שׂונאים פֿון ישׂראל, דורך זייער בויקאָט. די ייִשובֿניקעס און זייערע פֿאַרטיידיקער האָבן געטענהט, אַז די ישׂראלים, וואָס מײַדן אויס צו קויפֿן קאָסמעטיק, פֿאַבריקיט אין די ייִשובֿים, זענען גלײַך ווי די אייראָפּעיִשע בענק, וואָס באַײַטיקן די ישׂראלדיקע עקאָנאָמיע. אין 2011 האָט די כּנסת פֿאַרווערט דאָס פֿאַרטיידיקן עקאָנאָמישע בויקאָטן פֿון ישׂראל און אויך דאָס בויקאָטירן „ראַיאָנען אונטער איר קאָנטראָל‟.

אין אויסלאַנד האָבן עטלעכע ייִדישע אַרטיסטן פֿאַרטיידיקט זייערע ישׂראלדיקע קאָלעגעס. צווישן זיי: דער פֿאָלקסזינגער און אַקטיאָר טעאָדאָר ביקעל, וועלכער איז הײַנט דער פֿאָרזיצער פֿון Partners for Progressive Israel.

‏JCC Watch, די רעכט־ליניקע אָרגאַניזאַציע, וואָס וויל אויסשליסן די דרײַ פּראָגרעסיווע גרופּעס פֿונעם פּאַראַד, האָט אָנגעהויבן איר קאַמפּאַניע אין 2011 ווען ריטשאַרד אַלען, אַ פֿינאַנציעלער עצה־געבער, האָט באַמערקט, אַז די דרײַ גרופּעס זענען צווישן די שטיצער פֿון אַ ישׂראלדיקן קינאָ־פֿעסטיוואַל בײַ דער JCC אין מאַנהעטן. זינט דעמאָלט האָט אַלען שטאַרק קריטיקירט די JCC פֿון צולאָזן די דרײַ גרופּעס, און האָט געפּרוּווט, דורך רעקלאַמעס און מאַניפֿעסטאַציעס, איבערצײַגן דעם ניו־יאָרקער צווײַג פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע מער נישט צו פֿינאַנצירן די JCC.

ווען די פֿעדעראַציע האָט זיך אָפּגעזאָגט דאָס צו טאָן, האָט אַלען אויך אָנגעהויבן אַטאַקירן די פֿעדעראַציע.

כ׳האָב אַמאָל געפֿרעגט אַלען, צי ער ווייסט וועגן דער ראָלע, וואָס די Partners for Progressive Israel און „השומר הצעיר‟ האָבן געשפּילט אינעם גרינדן מדינת־ישׂראל. ער האָט מיר געענטפֿערט, אַז ניין. ביזן הײַנטיקן טאָג ווייסט ער נאָך אַלץ נישט וועגן דעם.

נו, אַוודאי… ווער האָט דען צײַט זיך צו לערנען די געשיכטע פֿון ציוניזם, אַז מע דאַרף גיין פֿאַרטיידיקן דעם ציוניזם?