און שולדיק איז ווער? — ייִדיש!

And the Guilty One is – Yiddish!


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published June 01, 2014, issue of June 20, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„רבונו־של־עולם, — טענה איך װײַטער, — איך בין זיכער, אַז ייִדן װעלן קײן מאָל ניט שװײַגן, קײן גאָלדענע קינדער װעלן זײ ניט זײַן. װוּ האָט איר געזען, אַז אַ ייִד זאָל שװײַגן?… איז לאָמיר בעסער אױסקלײַבן עפּעס אַ פֿאָלק מיט אַ רמז אױף זילבער.‟

„דהײַנו?… — האָט אַ פֿרעג געטאָן דער מלאך מיכאל.‟ (אַך, דער פּאַסקודניאַק מעכל, שטענדיק מישט ער זיך, װוּ מע דאַרף ניט…)

„נו, — זאָג איך מיט אַ קלוגן שמײכל, — איך האָב אַ פֿאָרשלאַג. הערט זיך אײַן, עס קלינגט װי אַ זילבער־גלעקל: אַרגענטום, אַרגענטינאַ, אַרגענטינער! אײביקער, ביטע, קלײַב אױס די אַרגענטינער פֿאַר אַן אױסגעװײלט פֿאָלק!‟

„אַרגענטום, אַרגענטינע, אַנגינע?.. — האָט איבערגעחזרט דער מלאך רפֿאל, — עס קלינגט מיר עפּעס װי אַ רעצעפּט אָדער װי אַ דיאַגנאָז!‟

„און בכלל, — האָט זיך אָנגערופֿן דער מלאך אוריאל, — דער געדאַנק אַלײן שמעקט מיר עפּעס װי אַ רעװיזיאָניסטישער אויפֿשטאַנד. װוּ האָט איר געזען אין תּנ”ך אַזאַ װאָרט, אַזאַ מדינה צי אַזאַ פֿאָלק? אַרגענטינע, אַרגענטינער… װײס איך װאָס…

דער אײבערשטער האָט מיר ניט געענטפֿערט. עס איז געװאָרן אומבאַקװעם־שטיל, די מלאכים האָבן זיך אױסגעדרײט צו מיר מיטן הינטן, און איך בין װידער אַרונטערגעקראָכן אונטערן כּיסא־הכּבֿוד. אַזױ, אַ דערשלאָגענער װי אַ הינטל, בין איך אָפּגעלעגן צװײ טױזנט יאָר, און גלײַך נאָכן בריאת־העולם בין איך אַראָפּ פֿון די הימלען און זיך באַזעצט אױף דער ערד. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… זינט יענער היסטאָרישער זיצונג איז פֿאַרבײַ כּמעט אַכט טױזנט יאָר. כּמעט אַלץ אױף דער װעלט קומט פֿאָר פּונקט אַזױ װי עס שטײט געשריבן אין תּורת־משה. נאָר איך, דער ניט־גוטער, בין געװען און געבליבן די אײנציקע קעמפֿערישע אָפּאָזיציע יענעם תּנכישן פּאַראַגראַף װעגן דעם אױסגעװײלטן פֿאָלק־ישׂראל.

כ’האָב שױן אױספּראָבירט כּמעט אַלע מיטלען; כ’האָב געפּרוּװט זײ פֿאַרניכטן מיט די הענט פֿון די אַנדערע פֿעלקער, אָבער עס האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אױספֿירן מײַן אַלטן פּלאַן ניט ביזן סוף, נאָר טײלװײַז. און דאַן בין איך געפֿאַלן אױף אַ געדאַנק: קודם־כּל, דאַרף מען פֿאַרניכטן די ייִדישע קולטור, און בעסער פֿון אַלץ, אַז זײ, די ייִדן, זאָלן עס טאָן טאַקע מיט זײערע אײגענע ייִדישע הענט. און אַז ס’װעט ניט זײַן קײן ייִדיש װאָרט, קײן ייִדישע ליטעראַטור, קײן ייִדישער טעאַטער, קײן ייִדישע לידער, דאַן װעט זײַן אױס־ייִדיש, און אָן ייִדיש װעל איך שױן טאָן מיט די ייִדן אַלץ װאָס איך װיל. איך שװער זיך מיט פּעך־און־שװעבל, מיט מײַנע אײגענע קאָפּעטעס־און־הערנער, דאַן װעל איך אַלײן צושיקן אַ פֿרײלעכע עפּיטאַפֿיע אין אַ גרױסער ישׂראלדיקער צײַטונג.

אַן עפּיטאַפֿיע:

ליבע און טײַערע מענטשן־פֿרעסערס! איך האָב דעם גרױסן כּבֿוד אײַך מבֿשׂר זײַן, אַז סוף־כּל־סוף, איז באַגראָבן געװאָרן אונדזער טױזנט־יאָריקער פֿײַנט, די גרױסע ייִדישע שפּראַך. דאָס איז אַ גרױסער חגא־טאָג פֿאַר אַלע שׂונאי־ישׂראל. דאָס, װאָס מיר האָבן ניט באַװיזן צו טאָן מיט דער הילף פֿון די שװאַרץ־מאהניקעס, שיקלגרובערס און דזשוגאַשװיליס האָבן מיט גרױס הצלחה געטאָן די ייִדישע ייִדן אַלײן.

דער ניט־גוטער