איך און מײַן פּלוניתטע האָבן זוכה געווען אײַנגעלאַדן צו ווערן אויף דער ערשטער צוטיילונג־צערעמאָניע פֿון דעם „בראשית־פּרײַז‟ — דער ישׂראלדיקער נאָבעל־פּרײַז. לכתחילה, האָב איך מיר זיך נישט געדאַרט דעם קאָפּ מיט קליינבירגערלעכע קשיות; מע האָט אײַנגעלאַדן — און שוין. מיר וועלן געניסן פֿון אַ ראָמאַנטישן סוף-וואָך אין ירושלים, אַ שטאָט, וואָס מיר ביידע האָבן ליב.
דאָך, האָב איך אַרײַנגעקוקט אין דעם וועבזײַטל, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן לכּבֿוד דער אונטערנעמונג, איך זאָל האָבן כאָטש אַ ברעקל אינפֿאָרמאַציע, וווּהין מע גייט און וועגן וואָס עס האַנדלט זיך.
איך, בעוונותי-הרבים, געהער צו יענע מאָדנע ייִדן, וואָס לעבן זיך אויס אויף העברעיִש. דאָס הייסט, אַז בײַ מיר לייענט זיך און שרײַבט זיך בעסער אויף לשון־קודש ווי אויף ענגליש, האָב איך געעפֿנט די העברעיִשע ווערסיע פֿון דעם וועבזײַטל. וואָס זשע האָב איך דערזען? די העברעיִשע ווערסיע זעט אויס נעבעכדיק און פֿאַראָרעמט, אַ טייל פֿאַרבינדונגען האָבן נישט געאַרבעט אָדער געפֿירט צו זײַטלעך, געשריבן אין גאַנצן אויף ענגליש. לאָמיר זאָגן, אַז אַלץ, וואָס אַ העברעיִש־לייענער האָט זיך געקענט דערוויסן וועגן דעם „בראשית־פּרײַז‟ איז, אַז עס איז דאָ אַזאַ פּרײַז אויף דער וועלט און מײַק בלומבערג, דער געוועזענער בירגערמײַסטער פֿון ניו-יאָרק, איז דער אָנגעזעענער לאַורעאַט — אַ גרויסע גדולה.
דאָס איז געווען דער ערשטע שלעכטער סימן: אַ העברעיִש־רעדנדיקער ייִד, אָדער גלאַט אַ ייִד, וואָס שטאַמט פֿון אַ מדינה, וווּ ענגליש איז נישט די הויפּט־שפּראַך, שפּירט גלײַך אַן אָפּפֿרעמדונג: מע זאָגט זיך אָפּ צו רעדן צו אים אויף זײַן לשון. יאָ, ס’רובֿ קענען דאָך ענגליש און דאָך, דאָס לייגן דעם טראָפּ נאָר אויף ענגליש, לאָזט נאָך זיך איבער אַ ביטערן טעם.
עס דערמאָנט מיר אין דער שׂימחה בײַ אונדזער משפּחה: ישׂראלים, נישט וויכטיק וואָס איז זייער צאָל, מוזן זיך ברעכן די ציין אויף ענגליש, צוליב נאָר איין קרובֿ, וואָס קען נישט קיין העברעיִש. דער אַמעריקאַנער קרובֿ וועט זיך אַפֿילו נישט באַמיִען אַרויסברענגען אויף דער צונג אַ וואָרט העברעיִש; נאָך מער: ער קען עס נישט און וויל עס נישט קענען.
איך און מײַן פֿרוי, ווי אונדזער שטייגער איז, האָבן פֿאַרשפּעטיקט. אַז מיר זענען אָנגעקומען פֿאַרסאַפּעט צום ירושלימער טעאַטער, וווּ די אונטערנעמונג איז פֿאָרגעקומען, האָבן מיר אײַנגעזען אַז דער ישׂראלדיקער „נאָבעל־פּרײַז‟ טראָגט טאַקע באמת אַ ייִדישן נאַציאָנאַלן קאָלאָריט, ווײַל פֿיל אַנדערע געסט האָבן פֿאַרשפּעטיקט בײַגלײַך מיט אונדז.
דער עולם אין דער ריי איז באַשטאַנען איבערהויפּט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן אויף וואַקאַציע, און ווייניקער „רוסישע‟, אָנגעטאָן ווי גרויסע גבֿירים. מע האָט געדאַרפֿט גוט אָנשפּיצן די אויערן, כּדי אויפֿצוכאַפּן אַ העברעיִש וואָרט. אין דעם זאַל האָבן זיך געלאָזט זען אויכעט יונגע ייִדן, די וואָס דער „בראשית־פּרײַז‟ האָט זיי געזאָלט אינספּירירן, דערמוטיקן און צו פֿאַרשטאַרקן זייער פֿאַרבינדונג מיטן ייִדיש פֿאָלק, אָבער זיי זענען געווען אַ מינדערהייט צווישן די ווײַסע און גרויע קעפּ.
דער ערשטער, וואָס האָט גענומען דאָס וואָרט, איז געווען דער ישׂראלדיקער פּרעמיער, בנימין נתניהו; ער האָט געשטעלט דעם טראָפּ, דער עיקר, אויף מײַק בלומבערגס פּערזעלנעכקייט. ער האָט גערעדט וועגן דער וויכטיקייט פֿון דער פֿאַרבינדונג צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות.
שפּעטער איז אויפֿגעטראָטן מיכאל פֿרידמאַן, אַן אָליגאַרך אָדער אַ מולטי-אָליגאַרך, דער איניציאַטאָר און מסתּמא געלט-געבער אויף אָט דעם פּרײַז, און אונטערנעמונג. ער האָט גערעדט ענגליש מיט אַ שווערן סלאַווישן אַקצענט; געלאָזט וויסן דעם עולם וועגן זײַן שטרעבונג צו באַזאָרגן די צוקונפֿט פֿון ייִדישן פֿאָלק, צו פֿאַרשטאַרקן די ייִדישע אידענטיטעט און, האָפֿנטלעך, אָפּשוואַכן די אַסימילאַציע. ער האָט גערעדט וועגן זײַן אייגענער אָפּפֿרעמדונג פֿון דער ייִדישער קולטור, ווי אַ ייִנגל אין רוסלאַנד, וואָס האָט בלויז געקענט „פּושקין און טאָלסטוי‟.
ער זוכט אַ ייִד, וואָס זאָל דינען ווי אַן אינספּיראַציע פֿאַר דעם נײַעם דור; עמעצן, וואָס מען וואָלט געקענט שטאָלצירן מיט זײַן אויפֿטו, און שטרעבן צו דערגרייכן זײַן „מדרגה‟, אַזוי צו זאָגן.
דערנאָך איז אַרויפֿגעקומען אויף דער בינע נתן שטשעראַנסקי. ער האָט פֿאָרגעלייענט אויף ענגליש (ווידער ענגליש!) אַ רירנדיקן בריוו פֿון דעם באַרימטן פּיאַניסט יעווגעני קיסין, וווּ ער האָט אויסגעדריקט זײַן עמאָציאָנעלע צוגעבונדקייט צו מדינת-ישׂראל און די ישׂראלים. זיך צוהערנדיק צו זײַנע ווערטער, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז זײַן בריוו חזרט איבער מײַן זיידעס בקשה אָדער אָנזאָג פֿאַר אונדז, זײַנע אייניקלעך — „זיך האַלטן אין איינעם‟.
דער לעצטער איז אויפֿגעטראָטן דער בעל-שׂימחה אַליין, מײַק בלומבערג. ער האָט געדאַנקט דעם זשורי פֿון דעם „בראשית-פּרײַז‟ און גערעדט וועגן זײַן ייִדישן „הינטערגרונט‟, זײַן משפּחה, די ייִדישע ווערטן, וואָס ער האָט געשעפּט פֿון דער היים: דאָס גלויבן אין אַ בעסערן מאָרגן, אָפּטימיזם, אַרבעטן שווער, צו דערגרייכן דעם געשטעלטן ציל אַדג”ל. דער אויסדרוק „תּיקון-עולם‟ איז דערמאָנט געוואָרן אָן אַ שיעור, ווי ס’איז די הײַנטיקע מאָדע בײַ פֿיל אַמעריקאַנער ייִדן; אָנטאָן די אַמעריקאַנער ווערטן אַ ייִדישן מלבוש און אַזוי אַרום פֿאַראייגענען די לײַ-באַגריפֿן. גיי, דערצייל מיסטער בלומבערגן, אַז „תּיקון־עולם‟ מיינט גאָר נישט צו „פֿאַרריכטן די וועלט‟, עס ווערט גענוצט אין דער משנה און קבלה מיט גאָר אַן אַנדער מיין.
אין זײַן רעדע האָט זיך אַדורכגעוואָרפֿן נאָך אַן אַמעריקאַנער פֿאָדעם: ער האָט אונטערגעשטראָכן די נאָענטשאַפֿט פֿון ייִדישע ווערטן בײַ ייִדן, און ווייניקער, דאָס האָבן איין אָפּשטאַם אָדער געהערן צו איין פֿאָלק. ייִדישקייט אָדער ייִדנטום שטעלט מיט זיך פֿאָר, לויט בלומבערגן, אַ באַגאַזש פֿון געמיינזאַמע ווערטן, להיפּוך צו יעווגעני קיסינס שטעלונג.
איך בין אַרויס פֿון דעם זאַל צעמישט, פֿאַרלוירן; יעדער איינער פֿון די רעדנערס האָט פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער לייזונג צו דער איצטיקער סיטואַציע פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק: צו פֿאַרשטאַרקן די פֿאַרבינדונגען צווישן ישׂראל און די תּפֿוצות, צו זוכן אַ ייִדישן „סופּער-מאַן‟, זיך האַלטן אין איינעם, און שטעלן דעם טראָפּ אויף אַלגעמיינע אָדער בשותּפֿותדיקע ווערטן: שטרעבן צו „מאַכן די וועלט פֿאַר אַ בעסערן לעבנס־פּלאַץ‟. וווּהין זאָלן מיר טאַקע זיך ווענדן און קערן?
עס שײַנט, אַז אין דעם פֿאַרלוירנקייט-ים קען מען זיך אָנכאַפּן אין איין רעטונגס-שטרויעלע, כאָטש איין מסקנה האָט זיך פֿאַרפֿעסטיקט: דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט אַן איין-און-איינציקע גאַנגבאַרע שפּראַך — ענגליש. אין דרויסן איז געווען שוין פֿינצטער. אַ קליינטשיקע, לעבעדיקע פֿרוי מיט אַ הויכער קופּע בלאָנד-געפֿאַרבטע האָר, וואָס איז אויך געווען אויף דער אונטערנעמונג, איז צוגעשטאַנען צו אונדז מיר זאָלן זי פֿאָטאָגראַפֿירן: איין מאָל דאָ און איין מאָל דאָרט, און אין אַזאַ פּאָזע, און אין יענער פּאָזע. זיך נישט אײַלנדיק צוריק אין האָטעל, האָבן מיר אויסגעפֿירט אַלץ, נאָכגעגעבן אירע קאַפּריזן, און לסוף, האָט זי אונדז געפֿרעגט אויף עבֿרית, פֿון וואַנען מיר שטאַמען. מײַן פֿרוי האָט געענטפֿערט, אַז זי קומט פֿון אַמעריקע און איך — רומעניע.
די קליינטשיקע פֿרוי האָט זיך שטאַרק דערפֿרייט און דערלאַנגט אונדז איר וויזיט-קאַרטל; זי איז, לאָזט זיך אויס, אויך פֿון רומעניע. איך האָב גערעדט צו איר רומעניש, אָבער זי האָט זיך אײַנגעעקשנט צו ענטפֿערן אויף עבֿרית — מעגלעך, די איינציקע אויף דער הײַנטיקער אונטערנעמונג, וואָס האָט עס געטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.