דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען דער יערלעכער ישׂראל־פּאַראַד — דאָס מאָל, דער 50סטער, געווידמעט דעם 66סטן יאָרגאַנג פֿון מדינת־ישׂראל. אויף דער פֿיפֿטער עוועניו, פֿון דער 57סטער ביז דער 47סטער גאַסן האָבן פֿון 11 אין דער פֿרי געפֿלאַקערט די אַמעריקאַנער און ישׂראל־פֿאָנען; און באַטייליקט האָבן זיך אין דער מאַסן־אונטערנעמונג איבער 35 טויזנט מענטשן. נישט אויסגעפֿעלט האָבן אויך קיין צושויער פֿון ביידע זײַטן גאַס.
200 ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון ניו־יאָרק, ניו־דזשערזי, מאַסאַטשוסעטס און ישׂראל האָבן דורכמאַרשירט 4 מײַל איבער מאַנהעטן. פֿאַרשיידנפֿאַרביקע העמדלעך און שילדן פֿון די אָרגאַניזאַציעס, גרופּעס אויף ביציקלעך, טענצער, פּאַיאַצן, מוזיק, לידער, פֿײַערווערק — מיט איין וואָרט, אַלע גוטע זאַכן, וואָס קאָנען שאַפֿן אַ יום־טובֿדיקע שטימונג בײַם עולם.
פֿריִער, אינעם צענטראַל־פּאַרק זײַנען געעפֿנט געוואָרן קיאָסקן מיט נאַציאָנאַלע ייִדישע מאכלים, און ס׳האָט זיך אָנגעהויבן אַ מוזיקאַלישער פֿעסטיוואַל.
דער פּאַראַד — 2014 איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך די שטאָטישע ייִדישע אינסטיטוציעס, און לויט דער טראַדיציע, זײַנען אין שפּיץ פֿון דער דעמאָנסטראַציע געגאַנגען די גדולים פֿון שטאַט־ און שטאָט־פֿירערשאַפֿט — גובערנאַטאָר מאַריאָ קואָמאָ, דער מייאָר ביל דע בלאַזיאָ, שטאָט־קאָנטראָלער סקאָט סטרינגער, קאָנגרעסמאַן טשאַק שומער און די ישׂראל־פֿאָרשטייער — גענעראַל־קאָנסול עידו אַהרוני, הרבֿ דבֿ ליפּמאַן, אַ געבוירענער אין אַמעריקע, אַבסאָרבציע־מיניסטאָרין סאָפֿע לאַנדווער, און אַנדערע.
דער מייאָר דע בלאַזיאָ איז געקומען אַקוראַט פֿינף מינוט איידער דער פּאַראַד האָט זיך אָנגעהויבן. קיין רעדעס האָט ער נישט געהאַלטן, אָבער זיך וואַרעם אַרומגענומען מיט די געסט פֿון ישׂראל. גערעדט האָט דער גובערנאַטאָר קואָמאָ. ער האָט געזאָגט, אַז די ייִדישע געזעלשאַפֿט איז אַ וויכטיקער טייל פֿון ניו־יאָרק: „מיר זײַנען אין איינעם געוואַקסן. ס‘איז אונדזער משפּחה‟. ער האָט אויך באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון ישׂראל פֿאַר ניו־יאָרק בפֿרט און פֿאַר אַמעריקע בכלל.
הײַיאָר האָט דעם פּאַראַד, צום ערשטן מאָל, פֿינאַנציעל געשטיצט די ישׂראלדיקע קאָסמישע ניט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציע SpaseIL, וואָס אַרבעט איצט צו שאַפֿן די ערשטע ישׂראלדיקע קאָסמאָס־שיף, וועלכע וועט געשיקט ווערן צו דער לבֿנה, אויב זי וועט געווינען דעם פֿאַרמעסט פֿון Google Lunar XPrize 2015. די אָרגאַניזאַציע SpaseIL בויט די „קלענסטע און קליגסטע קאָסמאָס־שיף, וואָס איז ביז אַהער אַמאָל געשאַפֿן געוואָרן‟. חוץ SpaseIL, האָבן זיך אינעם אָרגאַניזירן דעם פּאַראַד אַקטיוו באַטייליקט — דער קלוב US IL Flying Club — אַ בשותּפֿותדיקער קלוב פֿון אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקע פּילאָטן־ליבהאָבער.
ס’איז זיך אויך נישט באַגאַנגען אָן מחלוקת, דהײַנו: אויפֿן וועג פֿונעם פּאַראַד האָבן פּראָטעסטירט די פֿאָרשטייער פֿון דער ניו־יאָרקער ספֿרדישער עדה, ווי אויך פֿאָרשטייער פֿון אַנדערע דרײַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע און ישיבֿות; זיי זײַנען געשטאַנען מיט שילדן, וואָס האָבן אויסגעדריקט זייער פּראָטעסט לגבי דעם אײַנשליסן אינעם פּאַראַד די „לינקע‟ אָרגאַניזאַציעס, ווי למשל, New Israel Fund און J Street, באַקאַנט דורך זייערע צוזאַמען־פּראָיעקטן מיט די אַראַבער און שטיצע פֿונעם בויקאָט קעגן ישׂראל.
הגם די פּראָטעסטירנדיקע „רעכטע‟ זײַנען איבערצײַגט, אַז די „לינקע‟ פֿירן צום אָפּשוואַכן און לסוף צום צעשטערן ישׂראל, האָבן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם פּאַראַד, פֿונדעסטוועגן, געפֿונען פֿאַר נייטיק צו דערלויבן די צוויי אָרגאַניזאַציעס צו מאַרשירן צוזאַמען מיט אַלע. דער הויפּט־ציל פֿון דעם פּאַראַד איז דאָך „צו דערגרייכן אַן אַחדות צווישן אַלע, ווער ס׳האָט ליב און שטיצט ישׂראל, אומאָפּהענגיק פֿון די פּאָליטישע קוקווינקלען‟.
אויף דער 63סטער גאַס האָבן שוין אויף די מאַרשירנדיקע קאָלאָנעס אַרויסגעקוקט די לײַט פֿון „נטורי קרתּא‟. זיי האָבן פּראָטעסטירט נישט בלויז קעגן מדינת־ישׂראל, נאָר קעגן דעם ישׂראל־פּאַראַד גופֿא. לעבן זיי האָט מען געקאָנט זען אויך עטלעכע מעקסיקאַנער מיט פּראָטעסט־פּלאַקאַטן. זיי איז די גאַנצע מעשׂה מיטן פּאַראַד בכלל געלעגן אין דער לינקער פּאה, אַבי מע צאָלט! צום גליק, האָט זיך אַלץ פֿאַרענדיקט בשלום.
מיט איין וואָרט, ס‘איז נישט געווען סקוטשנע, ווי שטענדיק, ווען ס׳האָט אַ שײַכות צו ייִדן; דער בעסטער באַווײַז פֿון דעם, אַז דאָרט, וווּ מיר זײַנען דאָ, איז לעבעדיק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.