שבת, דעם 31סטן מײַ איז אַוועק אין דער אייביקייט דער פֿראָפֿעסאָר פֿון סלאַווישע שפּראַכן און באַקאַנטער ייִדישיסט, מיכאל „מאָטל‟ ראָזענבוש אין עלטער פֿון 77 יאָר. ד׳׳ר ראָזענבוש האָט געלערנט סלאַווישע שפּראַכן אין דעם ניו־האַמפּשירער אוניווערסיטעט, וווּ ער האָט אויך געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם פֿון רוסישער און דײַטשישער שפּראַכן. אין דער וועלט פֿון ייִדיש האָט ער נאָכן פּענסיאָנירן געלערנט ייִדיש אין פּאַריז, בריסל און וואַשינגטאָן. ער האָט אויך געדינט אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קלובן‟, אויף וועמענס קאָנפֿערענצן ער פֿלעגט רעגולער האַלטן רעפֿעראַטן, ווי אויך אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿון „ייִדיש פֿון גרויס-וואַשינגטאָן‟.
ווי אַ טייל פֿון זײַן אַרבעט מיט דער אָרגאַניזאַציע „יונגטרוף‟, האָט ער אָנגעהויבן די „סבֿיבֿה‟־פּראָגראַם, אין וועלכער די ייִדיש־רעדנדיקע טרעפֿן זיך אויף אומפֿאָרמעלע צוזאַמענקומענישן. די פּראָגראַם גייט אָן ווײַטער ביז הײַנט, ניט בלויז אין אַמעריקע, וווּ זי האָט זיך אָנגעהויבן, נאָר זי האָט אויך אינספּירירט צו שאַפֿן ענלעכע פּראָגראַמען אין אַנדערע שטעט, ווי מעקסיקע, לאָנדאָן און פּאַריז. ד׳׳ר ראָזענבוש האָט אַקטיוו מיטגעאַרבעט מיט די רעדאַקטאָרן פֿונעם נײַעם „אַרומנעמיקן ייִדישן ווערטערבוך‟ און אַ סך געהאָלפֿן דעם פּראָיעקט ווי אַ פֿרײַוויליקער.
אין אַ דערמאָנונג אויפֿן נעקראָלאָג־זײַטל Legacy.com האָט פֿישל קוטנער, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע קלובן‟ דערמאָנט זײַן קאָלעגע, זאָגנדיק „זײַן עניוות און ווילן צו העלפֿן די פֿון אונדז, וואָס האָבן געקענט אַ סך ווייניקער ווי ער, איז געווען אַ ברכה און אַ סימן פֿון אַ מענטש מיט אַן עכטן מיטגעפֿיל‟.
ד׳׳ר ראָזענבוש איז געבוירן געוואָרן אין לובלין האַרט פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער איז געווען אַ לאַנג־יאָריקער בונדיסטישער טוער אין פּאַריז און אַנדערע שטעט. צווישן די באַאָבֿלטע לאָזט ער איבער זײַן פֿרוי, באָני קריימער און זײַן זון, מאַרק ראָזענבוש. די משפּחה בעט, אַז אַנשטאָט צו שיקן בלומען, זאָל מען געבן אַ בײַשטײַער דער „נאַציאָנאַלער פּאַרקינסאָנס־פֿונדאַציע‟ אין נאָמען פֿון אים. די „פֿאָרווערס‟־רעדאַקציע וועט אים געדענקען ווי אַ געטרײַעם לייענער און קולטור־מענטש.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.