דער שטאַט אָהײַאָ דעדיקירט חורבן־דענקמאָל

State of Ohio Dedicates Holocaust Memorial


פֿון ייִט״אַ

Published June 04, 2014, issue of June 20, 2014.

דער שטאַט אָהײַאָ האָט מאָנטיק דעדיקירט אַ חורבן־דענקמאָל אויפֿן גרונט פֿון דער שטאַט־אינסטאַנץ אין דער קרוינשטאָט קאָלומבוס.

דער „אָהײַאָ־דענקמאָל פֿונעם חורבן און די באַפֿרײַער‟ איז דעדיקירט געוואָרן מאָנטיק אין אַ צערעמאָניע, וואָס האָט צוגעצויגן 1,500 מענטשן, אַרײַנגערעכנט די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן און געוועזענע אַמעריקאַנער סאָלדאַטן. צווישן די רעדנער אויף דער צערעמאָניע זענען געווען דער גובערנאַטאָר, דזשאָן קייסיטש; דער אַרכיטעקט פֿונעם דענקמאָל, דניאל ליבעסקינד — אַליין אַ קינד פֿון צוויי לעבן־געבליבענע ייִדן, און ד״ר דבֿורה ליפּשטאַדט, אַ היסטאָריקערין פֿון עמאָרי־אוניווערסיטעט, וועלכע קעמפֿט שוין יאָרן לאַנג קעגן חורבן־לייקענונג.

דער דענקמאָל, וואָס האָט אַ הייך פֿון 18 פֿוס און זעט אויס ווי אַ צעברעקלטער מגן־דוד, האָט געקאָסט 2.1 מיליאָן דאָלאַר — אַ סומע, וואָס מע האָט געזאַמלט דורך פּריוואַטע מנדבֿים.

דער געדאַנק צו בויען אַ חורבן־מעמאָריאַל איז געקומען פֿונעם גובערנאַטאָר קייסיטשן אַליין, אין 2011.

אויף דער סטעזשקע, וואָס פֿירט צום דענקמאָל, שטייט געשריבן, אַז דער מעמאָריאַל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן „לזכּרון די זעקס מיליאָן ייִדן, וועלכע זענען אומגעקומען אינעם חורבן, און די מיליאָנען אַנדערע, וועלכע האָבן געליטן אונטער נאַצי־דײַטשלאַנד‟.

אַ צווייטע אויפֿשריפֿט גיט איבער, אַז דער דענקמאָל באַערט סײַ די סאָלדאַטן פֿון אָהײַאָ, „וועלכע האָבן זיך באַטייליקט אין דער אַמעריקאַנער באַפֿרײַונג־אַקציע‟, סײַ „די לעבן־געבליבענע, וועלכע האָבן זיך באַזעצט אין אָהײַאָ‟.

דאָס איז דער צווייטער חורבן־דענקמאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, געבויט אויף מלוכישן גרונט־אייגנס, האָט איבערגעגעבן די „קליוולאַנד דזשויִש ניוס‟. דעם ערשטן האָט מען דעדיקירט אין דע־מוינס, אײַאָוע אין אָקטאָבער 2013.