שאַרפֿע קריטיק פֿאַר פּאַלעסטינער פֿאַראייניקונג

Palestinian Unity Government Slammed

דער פּאַלעסטינער פּרעמיער ראַמי כאַמדאַלאַ רעדט וועגן דער פֿאַראייניקטער רעגירונג בעת אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ אין ראַמאַלאַ
Getty Images
דער פּאַלעסטינער פּרעמיער ראַמי כאַמדאַלאַ רעדט וועגן דער פֿאַראייניקטער רעגירונג בעת אַ נײַעס־קאָנפֿערענץ אין ראַמאַלאַ

פֿון ייִט״אַ

Published June 04, 2014, issue of June 20, 2014.

וואַשינגטאָן. — די אַמעריקאַנער קאָנגרעסלײַט פֿון ביידע פּאַרטייען האָבן דערקלערט, אַז די נײַע פּאַלעסטינער רעגירונג, וואָס פֿאַראייניקט „פֿאַטאַך‟ און „כאַמאַס‟, קאָן גורם זײַן אַן ענדערונג אין דער אַמעריקאַנער שטיצע פֿון דער פּאַלעסטינער רעגירונג, הגם די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט באַטאָנט, אַז זי האָט דערווײַל נישט בדעה צו בײַטן די יערלעכע 500 מיליאָן־דאָלאַרדיקע שטיצע.

„די אַדמיניסטראַציע, בשותּפֿות מיטן קאָנגרעס, וואָלט געדאַרפֿט תּיכּף איבערקלערן איר שטיצע פֿון דער נײַער רעגירונג,‟ האָט דערקלערט רעפּרעזענטאַנט עריק קאַנטאָר (רעפּובליקאַנער, ווירדזשיניע). „אַזוי לאַנג ווי מיר זענען נישט זיכער, צי די שטיצע צו דער אַזוי־גערופֿענער טעכנאָקראַטישער רעגירונג שטימט מיט אונדזערע אינטערעסן, פּרינציפּן און געזעצן, מוז די אַדמיניסטראַציע אָפּשטעלן די אַמעריקאַנער שטיצע.‟

רעפּרעזענטאַנט ניטאַ לאָוי (דעמאָקראַט, נ״י), האָט נישט גערופֿן אָפּצושטעלן די שטיצע, אָבער געזאָגט: „אַזוי לאַנג ווי ׳כאַמאַס׳ באַשטעטיקט נישט די עקזיסטענץ פֿון מדינת־ישׂראל, וועט די אַמעריקאַנער שטיצע פֿאַר דער פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג בלײַבן אין געפֿאַר.‟

„מיר רופֿן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע רעגירונגען צו זײַן פֿאָרזיכטיק בײַם פֿאַרהאַנדלען מיט דער נײַער רעגירונג,‟ האָט דערקלערט די „קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון די הויפּט אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟. „מיר ווענדן זיך צו פּרעזידענט אַבאַס זיך אומצוקערן צו די פֿאַרהאַנדלונגען מיט ישׂראל און זיך נישט באַטייליקן אין דעם שאַראַד.‟

„מיר זענען אַנטוישט, וואָס די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט גלײַך געמאָלדן, אַז זי וועט מיטאַרבעטן מיט דער פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג, איידער ׳כאַמאַס׳ האָט מסכּים געווען מיט די תּנאים פֿונעם ׳קוואַרטעט׳,‟ האָט באַטאָנט אייבראַהאַם פֿאַקסמאַן, דער דירעקטאָר פֿון דער אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟.

לויט די פּרינציפּן פֿונעם „קוואַרטעט‟ — די פֿאַראייניקטע שטאַטן, רוסלאַנד, דער „יו־ען‟ און דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד — מוז מען אָנערקענען ישׂראל, זיך אָפּזאָגן פֿון טעראָריזם און פֿאָלגן די געוועזענע אָפּמאַכן מיט ישׂראל.