אַ שײנע מתּנה פֿאַר ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן ליד

A Gift For Yiddish Music Lovers

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 03, 2014, issue of June 20, 2014.

אין סאָװעטן–פֿאַרבאַנד האָט זיך דער זינגער מיכאל עפּעלבױם (1894—1957) קונה־שם געװען װי „דער ייִדישער שאַליאַפּין‟. זײַן לעבנסװעג איז ניט געװען קײן לײַכטער. אין זײַן יוגנט האָט ער נאָך באַװיזן צו באַטײליקן זיך אינעם ייִדישן קולטורעלן רענעסאַנס פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. דאָס נײַע זאַמלבוך פֿון עפּעלבױמס לידער מיט טעקסטן און נאָטן, באַגלײט מיט אַ פּרעכטיקן קאָמפּאַקטל מיט 25 רעקאָנסטרויִרטע אַלטע רעקאָרדירונגען, איז די ערשטע פֿאָרשערישע פּובליקאַציע, געװידמעט דעם דאָזיקן מערקװירדיקן זינגער.

אַלכּסנדר פֿרענקעל, אין דער ביאָגראַפֿישער הקדמה צו דעם באַנד, זאַמלט און אַנאַליזירט די פֿאַראַנענע ידיעות װעגן עפּעלבױמס לעבן. פֿאַרשידענע מקורים ווײַזן אָן אַנדערע געבורטסשטעט זײַנע — אָדעס אָדער בריסק. זײַן קאַריערע װי אַ זינגער און אַן אַקטיאָר האָט זיך אָנגעהױבן טאַקע אין אָדעס, און דערגרײכט איר ערשטן הויכפּונקט בעת דעם טעאַטראַלן סעזאָן פֿון 1912־1913 אין װאַרשע, אינעם טעאַטער „עליזעום‟. אָבער די ערשטע װעלט־מלחמה האָט איבערגעריסן זײַן דערפֿאָלגרײַכן דעביוט. עפּעלבױם איז געװאָרן אַ זעלנער אין דער רוסישער אַרמײ, געװאָרן פֿאַרװוּנדעט אױפֿן פֿראָנט. בעתן רוסישן בירגער־קריג אױף אוקראַיִנע איז ער שיִער ניט דערהרגעט געװאָרן אין אַ פּאָגראָם.

אין די 1920ער יאָרן איז עפּעלבױם װידער געװאָרן פּאָפּולער. ער איז אַרומגעפֿאָרן איבער שטעט און שטעטלעך פֿון װײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע, געגעבן קאָנצערטן אין מאָסקװע און לענינגראַד. דעמאָלט האָט מען אים געגעבן דעם צונאָמען „דער ייִדישער שאַליאַפּין‟, מסתּמא, װי עס האַלט אַלכּסנדר פֿרענקעל, צוליב רעקלאַמע, װײַל עפּעלבױמס סטיל פֿון זינגען האָט אַ קנאַפּן שײַכות צו דעם גרױסן רוסישן אָפּערע־זינגער.

די סאָװעטישע קריטיקער זײַנען ניט געװען אײַנשטימיק אין זײער אָפּשאַצונג. דער רעצענזענט פֿון דער רוסישער צײַטונג אין באַקו האָט געלױבט ניט נאָר עפּעלבױמס „שײנעם באַריטאָן מיט אַ טענאָר־שאַטירונג‟, נאָר אױך זײַן קינסטלערישן טאַלאַנט פֿון אַן אַקטיאָר, װאָס האָט אים דערמעגלעכט צו „שאַפֿן געשטאַלטן פֿונעם פֿאָלקס־לעבן‟, מיט דער הילף פֿון זײַן שטים, מימיק, און זשעסטן. אָבער די קאָמוניסטישע שומרים האָבן דערשמעקט אין עפּעלבױמס זינגען עלעמענטן פֿון דער געפֿערלעכער „אידעאָלאָגישער שעדיקונג‟.

אין 1926 איז עפּעלבױם געפֿאָרן אױף אַ לאַנגער גאַסטראָל־רײַזע איבער אײראָפּע און אַמעריקע. אין ניו־יאָרק האָט ער געמאַכט זײַנע ערשטע רעקאָרדירונגען. װען ער איז געקומען צוריק אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, איז דאָס שױן געװען אַן אַנדער לאַנד. כּדי צוצופּאַסן זיך צו דעם נײַעם גײַסט פֿון סטאַליניזם, האָט ער געמוזט ענדערן זײַן רעפּערטואַר און מאַכן אים מער אינטערנאַציאָנאַל. אָבער דער נײַער קער צו „פֿאָלקסטימלעכקײט‟ אין דער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע אין די 1930ער יאָרן האָט געעפֿנט נײַע מעגלעכקײטן פֿאַר עפּעלבױם.

ער האָט זיך באַזעצט אין לענינגראַד, געגעבן קאָנצערטן אין די סאַמע בעסטע זאַלן פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, געמאַכט רעקאָרדירונגען, צװישן זײ — זײער אַן אינטערסאַנטע אינטערפּרעטאַציע פֿון משה־לײב האַלפּערנס ליד „גאַסן־פּױקער‟ אין אַ פֿאָלקסטימלעך־עקספּרעסיאָניסטישן סטיל. אין 1937 האָט עפּעלבױם באַקומען דעם בכּבֿודיקן טיטול פֿון „פֿאַרדינסטפֿולער אַרטיסט פֿון דער רוסלענדישער רעפּובליק‟. צוזאַמען מיט זײַן פּיאַניסט סעמיאָן פֿרײדענבערג האָט עפּעלבױם געפֿירט אַ שעפֿערישע און פֿאָרשערישע אַרבעט. זײ האָבן פֿאַרשריבן און אַדאַפּטירט העכער פֿון 300 ייִדישע פֿאָלקסלידער. דאָס באַקאַנטסטע ליד עפּעלבױמס, װאָס איז אַרײַן אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר־רעפּערטואַר, איז „איציקל האָט חתונה געהאַט‟. אױף דעם קאָמפּאַקטל הערט מען דאָס דאָזיקע ליד אין דער רעקאָרדירונג פֿון 1939.

די שװערע צײַטן זײַנען געקומען פֿאַר עפּעלבױמען נאָך דער מלחמה. װי עס באַמערקט פֿרענקעל, „קײן שאַנס אױסצומײַדן רדיפֿות זײַנען בײַ דעם ׳זינגער פֿונעם רוסישן ייִדנטום׳ דעמאָלט ניט געװען‟. עפּעלבױם איז אַרעסטירט געװאָרן אין 1949 און פֿאַרמישפּט צו צען יאָר תּפֿיסה־לאַגער. ער איז באַפֿרײַט געװאָרן ערשט אין 1954, נאָך סטאַלינס טױט, װען ער איז שױן געװען מסוכּן קראַנק. ניט געקוקט אױפֿן ראַק, האָט ער נאָך געגעבן קאָנצערטן מיט גרױס דערפֿאָלג. ער איז געשטאָרבן אין 1957.

װאָס איז דער סוד פֿון עפּעלבױמס דערפֿאָלג?

די דאָזיקע פֿראַגע װערט געשטעלט אין דער הקדמה. אַװדאי, איז עס זײַן שטים, זײַן טאַלאַנט פֿון אַן אַקטיאָר, זײַן טעמפּעראַמענט — אַלץ איז געװען זײער װיכטיק. חוץ דעם, האַלט פֿרענקעל, איז עפּעלבױם געװען אַ מענטש מיט אַ שליחות צו זאַמלען, באַאַרבעטן און פּאָפּולאַריזירן דאָס ייִדישע ליד. אין דעם זין האָט ער ממשיך געװען די טראַדיציע פֿון רוסיש־ייִדישע פֿאָלקלאָריסטן, װאָס האָט זיך געצױגן פֿון שאול גינזבורג און פּסח מאַרעק דורך יואל ענגעל און משה בערעגאָװסקי.

אָבער עפּעלבױמען האָט זיך אױך אײַנגעגעבן צו געפֿינען זײַן אײגן אָרט אין דער סאָװעטישער קולטור; צוליב דעם האָט ער זיך געדאַרפֿט צופּאַסן צו דער סאָװעטישער אידעאָלאָגיע פֿון „פּראָלעטאַרישן אינטערנאַציאָנאַליזם‟ און אײַנשליסן אין זײַן רעפּערטואַר לידער פֿון פֿאַרשידענע פֿעלקער, װי אױך לידער װעגן סטאַלין. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער שטאַרק אויפֿגעהויבן דעם קינסטלערישן ניװאָ פֿון פֿאָרשטעלן ייִדישע פֿאָלקסלידער אינעם גערעם פֿון דער אַלגעמיינער סאָװעטישער מוזיק.

עפּעלבױמס סטיל האָט געדינט װי אַ מוסטער פֿאַר אַנדערע סאָװעטישע ייִדישע זינגער, אַזעלכע װי זינאָװי שולמאַן, װי אױך פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן ייִד. איצט, אַ דאַנק דער פֿאָרשערישער אַרבעט פֿון דעם פּעטערבורגער היסטאָריקער אַלכּסנדר פֿרענקעל און דעם קאָמפּאָזיטאָר יעװגעני כאַזדאַן, האָבן מיר די מעגלעכקײט צו הערן און זינגען מיכאל עפּעלבױמס לידער.

//yiddish2.forward.com/node/4942