ווי אַ פּעדאַגאָג אויפֿן געביט פֿון ייִדישע שפּײַזן, הער איך אָפֿט שאלות פֿון ייִדן, וואָס זוכן די אויטענטישע מאכלים פֿון אַ געוויסן יום־טובֿ.
וואָס שייך שבֿועות, בעט מען בײַ מיר בלויז רעצעפּטן פֿון מילכיקע פּאָטראַוועס. דאָס איז פֿאַרשטענדלעך, ווײַל געוויינטלעך, פּראַוועט מען אַלע אַנדערע יום־טובֿים מיט פֿליישיקע מאכלים. שבֿועות גיט אונדז אַ געלעגנהייט צו פּלאַנירן דווקא אַ מילכיקע מאָלצײַט.
די איינציקע פּראָבלעם מיט דעם איז, אַז שבֿועות האָט לכתּחילה נישט געהאַט קיין שום שײַכות מיט מילכיקס. לויט דער תּורה און דער משנה, דערמאָנט מען צוויי מינים שפּײַז אין שײַכות מיט שבֿועות: פֿרוכטן און תּבֿואה. אין די צײַטן פֿונעם בית־המקדש, האָט מען שבֿועות געפּראַוועט דאָס גערעטעניש פֿונעם ווייץ, און מע האָט אויך געבראַכט ביכּורים — די ערשטע פֿרוכטן — צום בית־המקדש אין ירושלים. דערפֿאַר הייסט שבֿועות חג־הביכּורים (דער יום־טובֿ פֿון די ערשטע פֿרוכטן) און חג הקציר (דער יום־טובֿ פֿונעם גערעטעניש).
ווען מע זוכט רמזים פֿון דעם, ווי אַזוי די ייִדן האָבן געפּראַוועט שבֿועות אין יענע צײַטן, לייענט מען טאַקע בלויז וועגן פֿרוכטן, און צום טייל — תּבֿואה. די משנה הייסט די ייִדן טראָגן זייערע ביכּורים פֿון פֿרוכט אין שיינע קוישן, בײַם עולה־רגל זײַן קיין ירושלים. ס׳איז קלאָר, אַז אין די צײַטן פֿון דער משנה, איז דאָס עסן מילכיקס נאָך נישט געווען קיין שבֿועות־טראַדיציע.
אויב אַזוי, ווען האָבן די ייִדן יאָ אָנגעהויבן עסן מילכיקס שבֿועות? נאָך דעם ווי דער צווייטער בית־המיקדש איז חרובֿ געוואָרן, און די ייִדן האָבן שוין מער נישט געהאַט זייער אייגן לאַנד, איז שבֿועות מיט דער צײַט פֿאַרוואַנדלט געוואָרן פֿון אַן אַגריקולטורעלן יום־טובֿ אין אַ טעאָלאָגישן: מע האָט באַצייכנט שבֿועות ווי חג מתּן־תּורה (דער יום־טובֿ ווען גאָט האָט געגעבן די תּורה). פֿון אַ פּראַקטישן שטאַנדפּונקט, האָבן די בני־ישׂראל נישט געקאָנט עסן קיין פֿליישיקע מאָלצײַט, ווען זיי האָבן באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני, ווײַל זיי האָבן ערשט דעמאָלט זיך דערוווּסט וועגן די דינים פֿון שחיטה. דערפֿאַר האָט מען מיט דער צײַט אָנגעהויבן עסן מילכיקס שבֿועות.
אין די 1500ער יאָרן, איז דאָס עסן מילכיקס שוין געוואָרן פֿאַרשפּרייט בײַ אַלע ייִדן. הרבֿ משה איסערליס (דער רמ״א) האָט געשריבן: „ס׳איז אַ מינהג דעם ערשטן טאָג שבֿועות צו עסן מילכיקס‟.
אינעם 17טן יאָרהונדערט האָט דער „קיצור שולחן ערוך‟ עס געצויגן נאָך ווײַטער. דאָרט האָט דער מחבר פֿאַרבונדן דעם יום־טובֿ, דעם אַמאָליקן חג הקציר, מיט ארץ־ישׂראל, וואָס איז אַלעמען גוט באַקאַנט ווי „דאָס לאַנד וואָס פֿליסט מיט מילך און האָניק‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.