(די 2 טע זײַט פֿון 2)
„ייִדיש־זומער ווײַמאַר‟ זאַמלט געלט, כּדי צו מאַכן נײַע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע קינדער־לידער, געזונגען דורך אַ קינדער־כאָר, מיטן ציל אַרויסצוגעבן אַ קאָמפּאַקטל פֿון די רעקאָרדירונגען צוזאַמען מיט אַ ביכעלע מיט די ווערטער און מוזיק צו די לידער. צווישן די אָנטייל־נעמער אינעם פּראָיעקט זענען דער אַקאָרדעאָן־שפּילער אַלאַן בערן, די זינגערקע מילענאַ קאַרטאָווסיקי, דער באַס־שפּילער מאַרטין ליליטש, די פּראָדוצענטקע דיאַנאַ מאַטוט, די יונגע זינגערקעס טריינע, קריינדל און שפּרינצע נײַבערג, די פֿידלערין וואַנעסאַ פֿראָמאַנס, די זינגערין חנה־געלע נײַבערג, די זינגער לוקאַ און לעאָן פּאַכאָניק, דער גיטאַר־שפּילער אַנדרעאַס שמיטגעס, די פּײַקלערין נאָראַ טײַלע און די זינגערקע ווענקאַ וועבער.
כּדי צו זען אַ פֿילם וועגן דעם פּראָיעקט באַזוכט
נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פּראָיעקט קען מען געפֿינען בײַ https://www.indiegogo.com/projects/far-dem-nayem-dor-for-the-new-generation-yiddish-children-s-songs.
דער פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל „בית לייוויק‟ וועט מאַכן צוויי אונטערנעמונגען אויף ייִדיש אין חודש יוני. פֿרײַטיק, דעם 12טן יוני וועט מען פֿײַערן דעם 90סטן געבורטסטאָג פֿונעם ייִדישן און העברעיִשן שרײַבער יעקבֿ ריידלער. די פּראָגראַם, וועט פֿאָרקומען בײַם „בית לייוויק‟, 11 אַזייגער אין דער פֿרי.
דאָנערשטיק, דעם 19טן יוני, וועט מען מאַכן אַַ פּראָגראַם געווידמעט די ייִדישע דיכטערינס מרים אולינאָווער, אַנאַ מאַרגאָלין און צילאַ דראָפּקין. דער אָוונט קומט פֿאָר בײַם „רײַך־צענטער‟ (106 ארלוזורוב גאַס), 5:30 אין אָוונט. בילעטן קען מען באַשטעלן דורכן טעלעפֿאָן 5220773־03.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.