דאָנערשטיק דעם 29סטן מײַ איז פֿאָרגעקומען די ערשטע אַקטיװיטעט פֿון דער געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדישער גענעאַלאָגיע אין הויז פֿון בוענאָס־אײַרעסער ייִװאָ, נאָכן אָפּמאַך פֿאַר געמיינזאַמער אַרבעט. די לערערין נעכע באַראַד האָט דערציילט װעגן איר משפּחה, דעם גילגול פֿון איר פֿאָטערס פֿאַמיליע־נאָמען שטערמער, װאָס װערט פֿאַרביטן אויף באַראַד; און די געשיכטע פֿון 32 מיטגלידער פֿון דער משפּחה, װאָס האָט זיך באַהאַלטן אין די היילן פֿון קאָראָלאָװקע, די צװייט גרעסטע נאַטירלעכע היילן אויף דער װעלט. במשך פֿון 511 טעג האָבן די ייִדן געראַטעװעט זייערע לעבנס אין אומנאָרמאַלע באַדינגונגען לעבן אַ ייִדיש שטעטל אין גאַליציע. נאָך איר באַרײַכערנדיקער לעקציע איז געװיזן געװאָרן דער פֿילם, װאָס דערציילט װעגן די געשעענישן בעת דער צװייטער װעלט־מלחמה, און דעם באַזוך, װאָס די לעבנס־געבליבענע האָבן געמאַכט אין די היילן 60 יאָר שפּעטער, אין דער באַגלייטונג פֿון קינדער און אייניקלעך, און דערציילט זיי זייערע איבערלעבונגען.
דינסטיק דעם 3טן יוני אין אָװנט איז געפֿײַערט געװאָרן שבֿועות אין ייִװאָ. תּלמידים און געסט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ „תּיקון־ליל־שבועות‟ און מען האָט געהאַלטן צוגעפּאַסטע לעקציעס, געלערנט אַ פּרשה פֿון דער „צאינה־וראינה‟, אַ פּרק משניות אויף ייִדיש, אַ קאַפּיטל „שיר־השירים‟, און טעקסטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. מיט אַ זינגערײַ און מיט מילכיקע מאכלים איז שפּעט בײַ נאַכט געשלאָסן געװאָרן דער חבֿרישער צוזאַמענקום.
מאָנטיק, דעם 2טן יוני האָט די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע, צוזאַמען מיטן לאַטײַן־אַמעריקאַנער ראַבינער־סעמינאַר געפֿײַערט דעם טאָג פֿון ירושלים, 47 יאָר נאָך דער פֿאַראייניקונג פֿון דער שטאָט. די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדאָרין דוריתּ שבֿיט האָט געהאַלטן די צענטראַלע רעדע און מיט פֿילמען, געזאַנג און טענץ האָט מען געפֿײַערט די דאַטע.
„עס איז זייער װיכטיק, מיר זאָלן קענען דורכפֿירן אַזעלכע טרעפֿונגען צװישן פֿירער פֿון דער קהילה און פּאָליטישע פֿאָרשטייער פֿון דעם ראַיאָן, װײַל דאָס איז די װירקזאַמסטע און דירעקטע פֿאָרם פֿירצוברענגען אונדזער אומרו‟, —אַזוי האָט זיך אויסגעדריקט זשאַק טערפּינס, פֿאָרזיצער פֿון דעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנגרעס. אין דער היים פֿונעם פּרעזידענט פֿון דער „ייִדישער בראַזיליאַנער קאָנפֿעדעראַציע‟, קלאַודיאָ לאָטענבערג, האָט זיך געטראָפֿן די פּרעזידענטין פֿון בראַזיל, װילמאַ רוסעף מיט ייִדישע פֿאָרשטייער פֿון קאָנטינענט. זי האָט דערציילט, אַז זי האָט זיך געװענדט צו די רעליגיעזע פֿאָרשטייער פֿון דער גאַנצער װעלט און זיי געבעטן, זיי זאָלן צושיקן ברכות ערבֿ דעם פֿוסבאָל־פֿאַרמעסט, װאָט װעט זיך אָנהייבן דעם חודש אין בראַזיל; און די ערשטע װאָס האָבן זיך אָפּגערופֿן, זײַנען געװען די ישׂראלדיקע הויפּט־רבנים. זי האָט אין איר װאָרט אָפּגעשאַצט דעם ייִדישן בײַטראָג אין בראַזיל אויף פֿאַרשיידענע געביטן — אין דער קונסט, אינטעלעקטואַלע פֿאַרדינסטן, עקאָנאָמיע און פֿינאַנציעלע אַספּעקטן, װיסנשאַפֿט און קולטורעלע דערגרייכונגען. בירגערמײַסטער און גובערנאַטאָרן האָבן געשמועסט מיט ייִדישע פֿאָרשטייער פֿון דערציִונג־אונטערנעמונגען, װאָס זאָלן העלפֿן צו באַקעמפֿן פֿאָראורטיילן, דיסקרימינאַציע און אַנטיסעמיטיזם.
די סינאַגאָגע אין לאַס־פּאַלמעראַס װעט טראָגן דעם נאָמען פֿון ראַול װאַלענבערג. לאַס־פּאַלמעראַס איז אַ געװעזענע קליינע אַגראַר־קאָלאָניע אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע, ניט װײַט פֿון מאָזעסװיל. דער גובערנאַטאָר פֿון דער פּראָװינץ האָט אויפֿגענומען דעם גרינדער פֿון דער װאַלענבערג־פֿונדאַציע, ברוך טענענבאַום און אים באַדאַנקט פֿאַר דער איניציאַטיװ; און דער ישׂראלדיקער הויפּט־רבֿ לאַו האָט זיך װאַרעם אָפּגערופֿן אויף דער איניציאַטיװ, װײַל „די העלדישע פֿיגור פֿון װאַלענבערגן איז אַ בײַשפּיל פֿאַר דער װעלט, איינער פֿון די חסידי־אומות־העולם, אין די פֿינצטערע טעג פֿון דער טרויעריקסטער תּקופֿה פֿון דער געשיכטע איז ער געװען אַ ליכט פֿאַרן אמת און מסירת־נפֿש.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.