אַ בוך ווערט געבוירן

A Book is Born


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 08, 2014, issue of July 04, 2014.

אַ טייל לייענער געדענקען מסתּמא, אַז מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט זיך געדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟ די רובריק „מאַמע־לשון‟ פֿון נחום סטוטשקאָוו, וווּ ער האָט דערקלערט דעם באַטײַט און דעם אָפּשטאַם פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע ווערטער און אויסדרוקן אויף אַ הומאָריסטישן אופֿן. ניט זעלטן האָב איך געהערט פֿון אַ לייענער, אַז ער קויפֿט די צײַטונג ספּעציעל צוליב דער דאָזיקער רובריק; און ער פֿרעגט מיך, פֿאַר וואָס האָט חבֿר סטוטשקאָוו אויפֿגעהערט צו שרײַבן — צי איז ער, חלילה, קראַנק? ניין, מײַנע פֿרײַנד, ער איז ניט קראַנק, ער איז פּשוט געשטאָרבן אין 1965.

די מעשׂה איז אַזוי: אין די סוף־1940ער, אָנהייב-1950ער יאָרן האָט סטוטשקאָוו אָנגעפֿירט מיט דער ראַדיאָ־פּראָגראַם „מאַמע־שלון‟ אויף דער „פֿאָרווערטס‟־סטאַנציע WEVD יעדן זונטיק נאָך מיטאָג. זי האָט געדינט סײַ צו אינפֿאָרמירן און צו פֿאַרווײַלן זײַנע טויזנטער צוהערער, סײַ צו רעקלאַמירן זײַן „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, וואָס דער ייִוואָ האָט דעמאָלט געהאַט געדרוקט. (ווי זאָגט מען אויף ייִדיש „אינפֿאָמוירשל‟?) די פּראָגראַם האָט קענטיק אויסגענומען בײַם עולם, ווײַל דער „אוצר‟ האָט זיך גוט פֿאַרקויפֿט (2,000 עקזעמפּלאַרן דאָס ערשטע יאָר), און מע האָט אַפֿילו געדרוקט אַ טייל „מאַמע־לשון‟־פּראָגראַמען אינעם זונטיקדיקן „פֿאָרווערטס‟ און אין אַנדערע צײַטונגען איבער דער וועלט.

פֿון זײַנע בריוו ווערט קלאָר, אַז סטוטשקאָוו האָט בדעה געהאַט אַרויסצוגעבן אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע שריפֿטן ווי אַ בוך. אָבער אַזוי ווי ער איז זײַן גאַנץ לעבן געווען איבערגעלאָדן מיט אַרבעט, האָט ער עס קיין מאָל ניט באַוויזן. ער איז געווען גענוג שעפֿעריש אָן דעם אויך: אָנגעשריבן ממש טויזנטער סקריפּטן פֿאַר פֿאַרשיידענע ראַדיאָ־סעריעס, קאָמעדיעס, מעלאָדראַמעס, רעקלאַמעס אָן אַ שיעור; אַרויסגעגעבן אַ „גראַמען־לעקסיקאָן‟ פֿאַר ייִדישע פּאָעטן; איין „אוצר‟ פֿאַר ייִדיש, אַ צווייטן פֿאַר העברעיִש; און דערצו נאָך פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟, אַ פּראָיעקט, וואָס ער האָט איניציִיִרט אין 1953 און וואָס איז באַזירט אויף זײַן „אוצר‟־קאַרטאָטעק.

וועגן דעם איז דאָ אַ סך צו דערציילן, אָבער קורץ פֿון דער זאַך: סטוטשקאָוו האָט פּלאַנירט אַ קלענערן „גרויסן ווערטערבוך‟ און איבער אַ מחלוקת מיט דער רעדאַקציע איז ער אַוועק פֿונעם פּראָיעקט אין 1955. ס׳איז גענוג צו ציטירן אַ בריוו פֿון 1960 פֿונעם לאַנג־יאָריקן מיטאַרבעטער נתן זיסקינד, אַז ווען סטוטשקאָוו וואָלט געבליבן, „וואָלטן מיר שוין לאַנג געהאַט דעם ווערטערבוך אַ פֿאַרטיקן‟. דער לייענער ווייסט, מסתּמא, אַז דער ווערטערבוך איז שטעקן געבליבן בײַם ערשטן אות „א‟ ביזן הײַנטיקן טאָג, און ס׳איז אַ סבֿרא, אַז מיט סטוטשקאָוו וואָלט ער אפֿשר דערקראָכן אַ ביסל ווײַטער.

ווען סטוטשקאָוו איז געשטאָרבן, האָט די משפּחה איבערגעשיקט זײַן עזבֿון מיט אַלע סקריפּטן און פּאַפּירן אין דער ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק אויף דער 42סטער גאַס. אָבער קיינער האָט זיך דאָרט ניט געכאַפּט, וואָס פֿאַר אַן אוצר ס׳איז זיי אונטערגעקומען, און די אַרײַנגעשיקטע פּעקלעך זײַנען צענדליקער יאָרן געלעגן ניט־צעפּאַקעוועט. נאָר אין די סוף־1990ער יאָרן, ווען הענעך סאַפּאָזשניק האָט געזוכט אינפֿאָרמאַציע פֿאַר זײַן „ייִדישן ראַדיאָ־פּראָיעקט‟, האָט מען, סוף־כּל־סוף, אויסגעגראָבן סטוטשקאָווס פּאַפּירן און אָנגעהויבן מאַכן אַ סדר. די ביבליאָטעקערינס נעמי דזשאָונס און מרים־חיה סגל האָבן זיי קאַטאַלאָגירט, און, קען מען זאָגן, אַנטדעקט פֿאַר דער הײַנטיקער ייִדיש־וועלט.

ווען איך האָב פֿרילינג 2007 אָנגעהויבן לייענען סטוטשקאָווס שריפֿטן, בין איך גלײַך פֿאַרליבט געוואָרן אין זײַן שפּראַך און הומאָר. די פּערסאָנאַזשן פֿון זײַנע ראַדיאָ־סעריעס זײַנען געווען די ערשטע, וואָס איך האָב געלייענט, וואָס רעדן אַ נאָרמאַלן אַמעריקאַנער ייִדיש, אַרײַנמישנדיק אַ סך ענגלישע ווערטער און זאַצן. אונדזערע בעסערע שרײַבער און פֿײַנשמעקער האָבן דאָס גערופֿן „פּאָטייטע‟־ייִדיש און האָבן געשטרעבט צו שרײַבן אויף אַ הויכער, ליטעראַרישער שפּראַך — אָבער דערבײַ האָבן זיי אויך פֿאַלש איבערגעגעבן דאָס לשון פֿון זייערע כאַראַקטערן, אַרײַנגעלייגט זיי אין מויל אַזעלכע ווערטער, וואָס מע האָט זיי ניט געהערט אויף דער „איסט סײַד‟. סטוטשקאָוו האָט זיך ניט געשעמט מיטן אַמעריקאַנער ייִדיש; אַ מאָל האָט ער אַפֿילו גאַנצע זײַטן פֿון ענגלישן דיאַלאָג אָנגעשריבן מיט ייִדישע אותיות!

אַ לענגערע צײַט האָב איך געטראַכט אָנצושרײַבן אַ דיסערטאַציע וועגן סטוטשקאָוו, ביז מײַן בעל־יועץ האָט מיר דאָס אַרויסגעשלאָגן פֿונעם קאָפּ. נאָר צום גליק, האָב איך געפֿונען אַ טעמע, וואָס עס לאָזט זיך אַרײַנשמוגלען אין איר אַ סך וועגן סטושטקאָוו, אַפֿילו, אַז ער שפּילט ניט די הויפּטראָלע. דערווײַל האָט די „פֿאָלקסבינע‟ אויפֿגעפֿירט עטלעכע פּיעסעס סטוטשקאָווס ווי אַ טייל פֿון זייער „ייִדישער ראַדיאָ־שעה‟; מיט עטלעכע פֿרײַנד האָב איך רעקאָרדירט דרײַ פּיעסעס זײַנע און זיי אַרויפֿגעלייגט אויף „יוטיוב‟:

מרים־חיה סגל און איך האָבן צונויפֿגעשטעלט אַ זאַמלונג פֿון סטוטשקאָווס „מאַמע־לשון‟־פּראָגראַמען, ווי אויך צוגעגעבן אַ היפּש ביסל נײַעם מאַטעריאַל, אַ וויסנשאַפֿטלעכן אַרײַנפֿיר, און אַ פֿולשטענדיקע ביבליאָגראַפֿיע פֿון זײַנע שריפֿטן. דער דאָזיקער באַנד, וואָס איז איצט דערשינען ווי אַן אָפֿיציעלע „פֿאָרווערטס‟־אויסגאַבע און קאָסט בלויז 15$, קען מען שוין געפֿינען אויף „אַמאַזאָן‟.

//www.amazon.com/Mame-loshn-Yiddish-Edition-Nahum-Stutchkoff/dp/1496045548

קיין 2000 עקזעמפּלאַרן פֿון „מאַמע־לשון‟ וועלן מיר געוויס ניט פֿאַרקויפֿן; קודם־כּל, איז די ייִדישע לייענערשאַפֿט הײַנט מיט 3־4 מיליאָן ווייניקער ווי מיט 65 יאָר צוריק, ווען זײַן „אוצר‟ איז אַרויס. איך האָב געטראַכט צו פֿאַרקויפֿן דאָס בוך אין די ספֿרים־געשעפֿטן, אָבער פֿריִער וואָלט מען געדאַרפֿט סטוטשקאָווס בילד אויף דער הילע אָנטאָן אַ שטרײַמל (און ער האָט טאַקע געשטאַמט פֿון פּוילישע חסידים). אָבער עס וואָלט אויך ניט געשאַט, ווען אַ פּאָר לייענער רעצענזירן דאָס בוך, פֿאַר זשורנאַלן אָדער פּשוט פֿאַר „אַמאַזאָן‟.

עס וואָלט געווען אַ יושר אויך אַרויסצוגעבן אַן אָפּקלײַב פֿון סטוטשקאָווס אַנדערע ראַדיאָ־סקריפּטן, וואָס ער האָט אָנגעשריבן אין משך פֿון 30 יאָר „אויף דער לופֿט‟. אַפֿילו זײַנע רעקלאַמעס פֿאַר שמירקעז און „מאַנישעוויץ‟־מצה האָבן אַ חן און אַ ליטעראַרישן פֿונק, וואָס מען זעט ניט מער הײַנט. אַן אַנדערש מאָל וועל איך שרײַבן וועגן סטוטשקאָווס מאַטעריאַלן פֿאַרן „גרויסן ווערטערבוך‟, וואָס געפֿינען זיך הײַנט אינעם ייִוואָ־אַרכיוו — זיי וואָלט מען אויך געדאַרפֿט אַרויסגעבן אויף עפּעס אַן אופֿן. נאָר דערווײַל קען מען זיך טרייסטן מיטן פֿאַקט, אַז כאָטש איין קליינער חלק פֿון סטוטשקאָווס געוואַלדיקער שעפֿערישקייט איז געוואָרן צוטריטלעך.