ערבֿ שבֿועות, זײַענדיק אין ירושלים, האָב איך דערזען, ווי אַ פֿרומער מאַן אין אַ לאַנגן ווײַסן מלבוש און אַ ריזיקער שוואַרצער יאַרמלקע האָט אַרויפֿגעלייגט אַ האַנטעך אויפֿן קאָפּ פֿון אַ יונגער און שיינער בלאָנדער פֿרוי, און האָט זי פֿיר מאָל באַגאָסן מיט עפּעס אַ פֿליסיקייט פֿון אַ סקאָוורעדע. דאָס איז איינע פֿון די נײַע פּאָפּולערע סגולות; געוויסע רבנים טוען עס פֿאַר געלט, לכּבֿוד דעם קומענדיקן יום־טובֿ.
שבֿועות הייבט זיך אָן, דינסטיק אויף דער נאַכט, און איך קום אַרײַן אין אַ שיל, צו הערן דעם שיעור פֿונעם ישׂראלדיקן ספֿרדישן הויפּט־רבֿ, יצחק יוסף, וועלכער באַהאַנדלט די פֿראַגע: וואָס וועט זײַן, אויב אַ כּושי — אַ נעגאַטיוו צונעמעניש אויף העברעיִש פֿון אַ טונקט־הויטיקן מענטש — ווערט אַ גר? זאָל מען אים פֿאַררעכענען פֿאַר אַ ספֿרדי, צי פֿאַר אַן אַשכּנזי?
דערנאָך האָב איך זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַן אַנדער ירושלימער שיל — „ישורון‟, וווּ אַ פֿרומער פּראָפֿעסאָר האָט געדרשנט וועגן ייִדן און גויים: אויב אַ ייִדישע מאַמע טראָגט אויס אַן עמבריאָן פֿון אַ נישט־ייִדישער פֿרוי, אָדער פֿאַרקערט — וועט דאָס קינד זײַן על־פּי הלכה אַ ייִד, צי נישט?
נאָך אַזעלכע חידושדיקע דיבורים האָב איך באַשלאָסן צו דערפֿרישן מײַן קאָפּ און צו פּראַווען דעם יום־טובֿ, אַנשטאָט דער ירושלימער פֿרומער סבֿיבֿה, אויפֿן קאָנצערט פֿון „ראָלינג סטאָונז‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. נישט געקוקט אויפֿן הייסן וועטער, האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַ פֿרײַנדלעכן טאַקסיסט, וועלכער האָט אײַנגעשלאָסן אַ לופֿטקילער אין זײַן אויטאָ. בעתן שמועס מיטן שאָפֿער, האָט ער דערקלערט, אַז ער האָט זייער ליב גוטע מוזיק, בפֿרט די פֿאַרשטאָרבענע עגיפּטישע זינגערין אום קולטום, אָבער האָט קיינמאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ גרופּע — „ראָלינג סטאָונז‟.
מילא, פֿאָרן מיר ווײַטער. דער שאָפֿער הייבט אָן טענהן, אַז די גאַנצע וועלט איז „פֿאַרקריפּלט‟. גיב אַ קוק, זאָגט ער: די צענטראַלע אויטאָבוס־סטאַנציע אין תּל־אָבֿיבֿ איז פֿול מיט די שוואַרצע, און 99 פּראָצענט טאַקסיסטן זענען דאָרטן „אַראַבער ימח שמם‟. וואַרט נאָך אַ פּאָר יאָר, באַקלאָגט ער זיך, און עס וועט נישט בלײַבן קיין אָרט פֿאַר קיין ייִד! ער האָט זיך פֿאַרחידושט, אַז דער ביליקסטער בילעט אויפֿן קאָנצערט פֿון דער אומבאַקאַנטער „טשו־טשו‟ פֿון ענגלאַנד קאָסט 700 שקל. דערנאָך האָט ער באַמערקט, אַז ווען אום קולטום וואָלט געזונגען, וואָלט ער באַצאָלט צוויי מאָל מער. בײַם סוף, ווען מיר זענען צוגעפֿאָרן, האָט ער מיר געזאָגט, אַז איך בין „אַ גוטער‟.
צו מײַן חידוש, איז דער קאָנצערט פֿאָרגעקומען נישט אויף אַ סטאַדיאָן אָדער אַ זאַל, נאָר אויף אַן אָפֿן פֿעלד. דער פֿאַרזאַמלטער ריזיקער עולם — 50,000 נפֿשות, האָט זיך אויסגעזעצט אויפֿן גראָז. די אונטערנעמונג האָט זיך אָנגעהויבן, אַכט אַזייגער, מיט אַן אויפֿטריט פֿונעם ישׂראלדיקן זינגער רמי פֿאָרטיס, פֿון וועלכן איך האָב פֿריִער קיינמאָל נישט געהערט. דאָ איז געקומען די ריי פֿון עמעצן זיך צו חידושן אויף מיר: נישט שוין זשע דו, אַן אַמעריקאַנער, ווייסט נישט וועגן רמי פֿאָרטיס?
דאָס געהילך פֿון דער סצענע וואָרנט דעם עולם, אַז באַלד וועט אויפֿטרעטן די גרופּע „ראָלינג סטאָונז‟, וואָס „איר מוזיק וועט ממש ענדערן אײַער לעבן‟. ס׳איז שוין מוצאי־יום־טובֿ; רמי זינגט ווײַטער. פֿרומע מענטשן הייבן זיך אויך אָן באַווײַזן אויפֿן קאָנצערט.
סוף־כּל־סוף, קומט טאַקע אַרויס די באַרימטע גרופּע אויף דער בינע. דער זינגער מײַקל דזשאַגער — „מיק‟ — האָט באַגריסט דעם עולם מיט אַ פֿראַזע אויף העברעיִש: „חג שבֿועות שׂמח, ישׂראל!‟ שפּעטער האָט ער געזאָגט נאָך עטלעכע העברעיִשע פֿראַזעס, מיט אַ פּאָר אַראַבישע ווערטער דערצו. „אַנחנו האַבֿנים המתגלגלות‟ — האָט ער איבערגעזעצט דעם נאָמען פֿון זײַן גרופּע.
איך מוז אָבער זאָגן, אַז דער קאָנצערט איז געווען ווײַט נישט פֿון די בעסטע. ווען נישט דער הויכער היסטאָרישער נאָמען, וואָלטן די קריטיקער עס, מסתּמא, אָפּגעשאַצט גאַנץ שוואַך. די ישׂראלדיקע פּרעסע האָט געלויבט דעם אויפֿטריט ביזן הימל, ווײַל לויט די אָרטיקע סטאַנדאַרטן איז עס געווען אַ גרויסער חידוש; נישט יעדן טאָג קומען אַזעלכע וועלט־באַרימטע מוזיקאַנטן אין אַ לאַנד, וואָס אַ סך אַנדערע בויקאָטירן.
וואָס קען מען זאָגן? איך ווייסט נישט, וויפֿל געלט יענע פֿרוי האָט באַצאָלט דעם רבֿ פֿאַר דער מיסטעריעזער סגולה. עס דאַכט זיך מיר אָבער, אַז זײַן „אויפֿטריט‟ האָט זיך באַקומען מער חידושדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.