דער הויפּט־שטאַב פֿונעם „פּאָליטישן אינסטיטוט פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק‟ — אַן אָרגאַניזאַציע מיט אַן אומגעלומפּערטן נאָמען, וווּ מע באַטראַכט דעם מצבֿ פֿון ייִדן אַרום דער וועלט, געגרינדעט אינעם יאָר 2002 דורך דער „סוכנות‟, שטייט בלויז אין אַ פּאָר הונדערט טריט פֿונעם פּרעמיער־מיניסטערס ביוראָ. ווען מע פֿאַרגלײַכט די באַריכטן וועגן דער טעטיקייט פֿון ביידע אינסטאַנצן, וואָס שייך די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די ייִדישע קהילות אין אַנדערע לענדער, מאַכט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, אַז זיי געפֿינען זיי אויף פֿאַרשיידענע פּלאַנעטן.
דעם 1טן יוני, האָט דער ישׂראלדיקער קאַבינעט גוטגעהייסן דעם פּלאַן אויסצוטיילן 53 מיליאָן דאָלאַר פֿונעם רעגירונג־בודזשעט, ווי אַ דריטל פֿון דער בשותּפֿותדיקער סומע פֿון 160 מיליאָן, וואָס וועט אויסגענוצט ווערן כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן די פֿאַרבינדונג פֿון די יונגע ייִדן אַרום דער וועלט צו דער ייִדישער רעליגיע און צו מדינת־ישׂראל. די אַנדערע צוויי דריטל פֿון דער סומע וועלן קומען פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין אַנדערע לענדער.
נפֿתּלי בענעט, דער מיניסטער פֿון די תּפֿוצות־ענינים, האָט אָנגערופֿן דעם בודזשעט־פּלאַן אַ „רעוואָלוציע‟. ס׳איז טאַקע אַ חידוש, אַז די ישׂראלדיקע אָפֿיציעלע אינסטאַנצן האָבן באַטראַכט די ייִדישע קהילות אין אַנדערע לענדער ווי עפּעס וויכטיקערס, ווי אַ קוואַל פֿון געלט, פּאָליטישער שטיצע און פּאָטענציעלע עולים.
לויטן פּלאַן, פּלאַנירט מען אַרײַנצולייגן דאָס געלט אין לערער־צוגרייטונגען, אינעם אומקלאָרן „תּוכן‟, פֿאַרשיידענע „טראַנספֿאָרמירנדיקע אינטענסיווע דערפֿאַרונגען‟ און „געמיינזאַם פֿאַרבונדענע ייִדישע עקאָ־סיסטעמען‟. דער לעצטער אומגעוויינטלעכער טערמין, ווי ווײַט מע פֿאַרשטייט, באַצייכנט די זומער־לאַגערן און יוגנטלעכע נסיעות. במשך פֿון די קומענדיקע פֿיר יאָר, פּלאַנירט מען צו פֿאַרגרעסערן די יערלעכע שטיצע ביז 230 מיליאָן דאָלאַר.
מיט 12 טעג פֿריִער, דעם 21סטן מײַ, האָט דער דערמאָנטער אינסטיטוט בײַ דער „סוכנות‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַ האַלב־יאָריקער שטודיע, דורכגעפֿירט אויף זעקס קאָנטינענטן. דער באַריכט ווײַזט, וואָס ווילן טאַקע די ייִדן אין אַנדערע לענדער קריגן פֿון ישׂראל; עס ווערט נישט דערמאָנט קיין איין וואָרט וועגן „עקאָ־סיסטעמען‟ אָדער „אינטענסיווע דערפֿאַרונגען‟. אַנשטאָט דעם, האָבן די אויסגעפֿרעגטע זיך פֿאָקוסירט אויף די קשיאות וועגן דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און פּלוראַליזם.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דער באַריכט פֿונעם אינסטיטוט לײַדט פֿון צוויי וויכטיקע חסרונות. קודם־כּל, האָבן די פֿאָרשער געשטעלט אַ גאַנץ ספּעציפֿישע פֿראַגע: ווי אַזוי ישׂראל זאָל אויסזען ווי אַ „ייִדישע און דעמאָקראַטישע מלוכה?‟; אַנשטאָט צו באַטראַכטן פֿאַרשיידענע מעגלעכע ייִדישע טעמעס, האָט מען זיך אָפּגעשטעלט בלויז אויף דער־אָ שאלה.
צווייטנס, האָט מען אויסגעפֿרעגט זייער אַ באַגרענעצטן שיכט מענטשן — דהײַנו, פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיאָנעלע סעמינאַרן, אָרגאַניזאַציע־פֿירער, פּראָפֿעסאָרן און באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן. קומט אויס, אַז דער באַריכט שפּיגלט אָפּ בלויז די מיינונגען פֿונעם „איסטאַבלישמענט‟.
לויטן באַריכט, ווערן אַפֿילו אין די פּראָפֿעסיאָנעלע פּראָ־ישׂראלדיקע קרײַזן קריטיקירט דרײַ הויפּט־ענינים: די מאָנאָפּאָליע פֿון דער אָרטאָדאָקסישער פֿרומקייט אין ישׂראל; די דיסקרימינאַציע פֿון מינאָריטעטן; און דער היזק, וואָס די ישׂראלדיקע פּאָליטיק ברענגט די ייִדישע קהילות אַרום דער וועלט. די אויסגעפֿרעגטע „איסטאַבלישמענט‟־טוער האָבן געטענהט, אַז בעת די קאָנפֿליקטן אינעם מיטל־מיזרח פֿאַרשפּרייטן זיך אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין דער וועלט, ווײַל אַ טייל מענטשן מיינען, אַז ייִדן, ווי אַ פֿאָלק, טראָגן אַ טייל פֿונעם אַחריות פֿאַר די ישׂראלדיקע מיליטערישע אַקציעס.
דער הויפּט־מחבר פֿונעם באַריכט, שמואל ראָזנער, איז אַ קאָנסערוואַטיווער זשורנאַליסט. ס׳זעט אויס, אַז די פֿאָרשונג האָט אויפֿגעדעקט זייער שטאַרקע טענדענצן; אַנדערש וואָלט ער נישט איבערגעגעבן אַזוי קלאָר די מיינונגען, וואָס קומען זיכער אין אַ שאַרפֿער סתּירה מיט זײַנע אייגענע דעות. מע קאָן זיך אויך משער זײַן, אַז אויב די אָפֿיציעלע פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס האַלטן אַזוי, זענען אַ סך פּשוטע ייִדן געשטימט נאָך מער קריטיש.
אַנשטאָט די „עקאָ־סיסטעמען‟, וואָלט דער קאַבינעט געדאַרפֿט זיך גוט פֿאַרטראַכטן, אַז ייִדן אין אַ ריי אַנדערע לענדער ווערן איצט פֿאַרזאָרגט פֿונעם זעלבן מין אַנטי־דעמאָקראַטישע געזעצן, וואָס די ישׂראלדיקע רעגירונג פֿירט כּסדר אײַן; אַז דער אינטערנאַציאָנאַלער אימאַזש פֿון ישׂראל ווערט אַסאָציִיִרט מיט די ייִשובֿים; און אַז דער מיניסטעריום פֿון תּפֿוצות־ענינים ווערט אָנגעפֿירט דורך בענעט, אַ מיטגליד פֿון דער בפֿירוש אומפּלוראַליסטישער רעכטער פּאַרטיי „הבית היהודי‟, און דערצו איז ער טיף פֿאַרבונדן מיטן אָרטאָדאָקסישן אָפֿיציעלן רבנות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.