ווידערקול פֿונעם שפּאַנישן בירגערקריג

Echos of the Spanish Civil War

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ מיטן נײַ־דערווײלטן פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, בעת אַ זיצונג, דעם 4טן יוני, אין וואַרשע
Getty Images
דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ מיטן נײַ־דערווײלטן פּרעזידענט פֿון אוקראַיִנע, פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, בעת אַ זיצונג, דעם 4טן יוני, אין וואַרשע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 10, 2014, issue of July 04, 2014.

די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט לעצטנס פֿאָרמולירט איר סטראַטעגיע אין אויסערן-פּאָליטיק. דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט עס קלאָר אויסגעדריקט אין זײַן רעדע פֿאַר די קאַדעטן פֿון „וועסט פּאָיִנט‟: דער הויפּט-ציל איז ניט צו קריכן, און ניט צו סטראַשען צו קריכן מיליטעריש אין אַנדערע לענדער, נאָר סטאַרען זיך, אויף וויפֿל ס‘איז מעגלעך, אויסצונוצן אַנדערע, קודם-כּל, דיפּלאָמאַטישע און עקאָנאָמישע מיטלען, כּדי צו דערגרייכן עפּעס אַ פּאָזיטיוון רעזולטאַט. די דאָזיקע סטראַטעגיע איז, דער עיקר, אַ פּועל-יוצא פֿון דער דערפֿאַרונג אין איראַק און אַפֿגאַניסטאַן, וווּהין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן אינוועסטירט טויזנטער אַמעריקאַנער לעבנס און אַזוי פֿיל געלט, אַז די האָר שטעלן זיך קאַפּויער.

וואָס האָט מען אויסגעפּועלט דערמיט? איז די וועלט געוואָרן אַ סך רויִקער? האָט אַמעריקע געוווּנען אַ סך פֿרײַנד? עס זעט ניט אויס אַזוי. ניט איראַק און ניט אַפֿגאַניסטאַן זײַנען ניט געוואָרן מדינות, וווּ דאָס לעבן איז נאָרמאַליזירט געוואָרן. אַ סימן האָט איר: קיין טוריסטן (סײַדן, די רייד גייט וועגן מענטשן, לעבנס־אײַנשטעלער, וואָס זוכן גאָר עקסטרעמאַלע דערפֿאַרונגען) פֿאָרן ניט אַהין.

ניט לאַנג צוריק האָט מען געקענט אָפּמערקן, און עמעצער האָט, אַ פּנים, אָפּגעמערקט, 75 יאָר זינט דעם סוף פֿון דעם בירגערקריג אין שפּאַניע. דער דאָזיקער קאָנפֿליקט איז אָנגעגאַנגען צווישן יולי 1937 און דעם 1טן אַפּריל 1939. בײַ מיר, און בײַ אַ סך „סאָוועטישע קינדער‟ ווי איך, איז עס געווען אַ העלדישע געשעעניש אין דער מאָדערנער וועלט-געשיכטע. פֿון קינדווײַז אָן האָבן מיר געוווּסט, אַז צוזאַמען מיט די שפּאַנישע קאָמוניסטן, סאָציאַליסטן און אַנאַרכיסטן, האָבן אויף די פֿראָנטן פֿונעם בירגערקריג געקעמפֿט טויזנטער אינטערנאַציאָנאַליסטן, פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בתוכם. דער סוף איז געווען, ווי מיר ווייסן, אַ טרויעריקער פֿאַר די רעפּובליקאַנער.

איך מוז זאָגן, אַז הײַנט קוק איך גאָר אַנדערש אויף דעם שפּאַנישן בירגערקריג. דער רעפּובליקאַנער צד האָט אין מײַנע אויגן שוין לאַנג פֿאַרלוירן דעם „הייליקן‟ אימאַזש, כאָטש צווישן די אינטערנאַציאָנאַליסטן זײַנען, בלי-ספֿק, געווען זייער אַ סך באמת לײַטישע מענטשן, אויפֿריכטיקע אידעאַליסטן. אָבער ביידע צדדים זײַנען געווען שולדיק אין דעם, וואָס עס זײַנען אומגעקומען און אומגעבראַכט געוואָרן צענדליקער טויזנטער יחידים. די סאָוועטישע אַגענטן האָבן „גערייניקט‟ די רייען פֿון די רעפּובליקאַנער, וועלכע זײַנען, אין אַ גרויסער מאָס, געוואָרן אַ שפּילעכל אין סטאַלינס הענט. בכלל, פֿון דעם הײַנטיקן קוקווינקל, דערמאָנט עס מיר שטאַרק עפּעס אַ סיריע, וווּהין עס זײַנען געקומען, אין אַ געוויסן זין, אויך אידעאַליסטן — מוסולמענישע פֿונדאַמענטאַליסטן פֿון דער גאָרער וועלט.

עפּעס אַזוינס קומט איצט פֿאָר אין אוקראַיִנע, וווּהין עס זײַנען אויך אָנגעלאָפֿן הונדערטער און אפֿשר אַפֿילו טויזנטער מענער, וואָס שלאָגן זיך קעגן דער אוקראַיִנישער מלוכה. אַ חוץ עטנישע רוסן, זעט מען דאָרטן טשעטשענצעס, אַבכאַזן, אָסעטינער און, מע זאָגט, אויך סערבן. אייניקע פֿון זיי זײַנען געקומען, כּדי צו קעמפֿן פֿאַר עפּעס אַן אידעע; די אַנדערע געהערן צו דער קאַטעגאָריע לײַט, וועלכע טויגן זיך ניט אויס צו אַ רויִק לעבן, צום אַוועקגיין אין דער פֿרי אויף דער אַרבעט און צו קומען אַהיים אין אָוונט. זיי האָבן ליב שיסן און, בכלל, מלחמהווען. אַ סבֿרא, אַז עס זײַנען דאָרטן אויך פֿאַראַן פּשוט אַרײַנגעשיקטע אַגענטן פֿון געוויסע רוסישע מלוכישע דינסטן.

די טאַקטיק פֿון פּוטינס רעגירונג דערמאָנט דעם שפּאַנישן בירגערקריג. דעמאָלט האָט מען דאָך אין מאָסקווע אויך געטענהט, אַז דאָרטן, אין שפּאַניע, זײַנען קיין סאָוועטישע מיליטער־לײַט ניט געווען, און אַז קיין געווער, קיין עראָפּלאַנען, קיין טאַנקען האָט מאָסקווע אַהין ניט געשיקט. ענלעכע באָבע-מעשׂיות פֿאַרשפּרייט הײַנט די רוסישע מעדיאַ, וועלכע העראָיִזירט די „קעמפֿער קעגן דער קיִעווער אָליגאַרכיש-נאַציאָנאַליסטישער כונטע‟.

מיר געפֿעלט, אַז אַמעריקע מאַכט ניט קיין פֿוילע שטיק. די אַמעריקאַנער פּאָליטיק לגבי דעם רוסיש-אוקראַיִנישן קאָנפֿליקט איז, מיר שײַנט, אַ קלאָרע און אַ ריכטיקע, דהײַנו: מע דאַרף העלפֿן דעם צד, וואָס איז אויף דער „ציוויליזירטער‟ זײַט, קוועטשן אויף וויפֿל מע מעג אויף דעם צד-שכּנגד, אָבער ניט אַרײַנמישן זיך אין דעם קאָנפֿליקט מיליטעריש. בפֿרט נאָך, אַז דער קאָנפֿליקט וועט, אַ פּנים, אָנגיין לאַנג. די אוקראַיִנישע אַרמיי איז זייער שוואַך, מע דאַרף זי בויען שיִער ניט פֿון דעם סאַמע יסוד אָן. דערצו גייט דאָך די רייד וועגן אַ שיסערײַ אין די שטעט, געדיכט באַפֿעלקערט דורך אייגענע מענטשן.

אייניקע אוקראַיִנישע קאָמענטאַטאָרן האַלטן, אַז דער איצטיקער מצבֿ שפּילט אַפֿילו צו אייניקע פּאָליטיקער און אָליגאַרכן. מע זעט שוין איצט, אַז בײַ אַ צאָל פֿון די רײַכסטע לײַט ברענט די ערד אונטער די פֿיס, בעת אַנדערע, זייערע קאָנקורענטן, לעקן אָפּ דערווײַל אַ ביינדל אין דעם גאַנצן טאַראַראַם. פּאָליטיש געפֿינען זיך די געגנטן, וווּ עס גייט אָן די שיסערײַ, אונטער דער השפּעה פֿון די קאָמוניסטן און פֿון די „רעגיאָנאַלן‟ (די פּאַרטיי פֿונעם געוועזענעם פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש). אַזוי אַז אין די קומענדיקע וואַלן אין פּאַרלאַמענט וועלן זייערע פּאָזיציעס זייער שטאַרק אָפּגעשוואַכט ווערן, בפֿרט אויב די שיסערײַ וועט ניט דערלויבן דורכצופֿירן די וואַלן אין יענע מקומות.

הקיצור, ס‘איז גוט וואָס סײַ אַמעריקע, סײַ אייראָפּע האָבן אויסגעקליבן אַ קלאָרע און גלײַכצײַטיק פֿאָרזיכטיקע סטראַטעגיע לגבי אוקראַיִנע און קריכן ניט מיט אַ געזונטן קאָפּ אין דער דאָזיקער מסוכּן קראַנקער רוסיש-אוקראַיִנישער בעט.