װי באַקאַנט, איז די דעבאַטע אױסגעבראָכן װי אַ רעזולטאַט פֿון אַ באַשלוס נישט צו באַװיליקן די אַפּליקאַציע אױף מיטגלידערשאַפֿט מצד אַ גרױסער ייִדישער אָרגאַניזאַציע (J. Street). דער מחבר װיל אין די קומענדיקע שורות באַהאַנדלען דעם ענין אין ליכט פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישער אַלײן־פֿאַרװאַלטונג אין משך פֿון דורות — פֿון גלות־בבֿל ביז צו דעם פּרעזידענטן־קלוב אין אַמעריקע.
פֿון אוראַלטע צײַטן ביז הײַנט האָבן די ייִדן אין אַלע לענדער און קאָנטינענטן אָרגאַניזירט זײער קהליש לעבן אין הסכּם מיט זײערע רעליגיעז־קולטורעלע נױטן. דאָס האָט אױך אײַנגעשלאָסן די באַפֿרידיקונג פֿון סאָציאַלע נױטן, װאָס האָבן געפֿאָדערט אַ נעץ פֿון פֿאַרשײדענע סטרוקטורן און אָרגאַניזאַציעס.
אײדער מיר װעלן געבן אַ קורצן היסטאָרישן איבערבליק װעגן די פֿאַרשײדענע פֿאָרמען פֿון ייִדישער אַלײן־פֿאַרװאַלטונג איז נײטיק צו פֿאַרשטײן, אַז ייִדישע אײגנאַרטיקײט און יחידי־סגולהדיקײט זײַנען געװען און פֿאַרבליבן ביז הײַנט צו טאָג די הױפּט־סיבות פֿאַר אַזאַ קהלישער סטרוקטור. היסטאָריקער און לינגװיסטן פֿאַרענטפֿערן אױך די קשיא בנוגע ייִדישע לשונות, אַחוץ לשון־קודש. פֿאַרװאָס האָבן די אַשכּנזישע ייִדן פּשוט באַשאַפֿן ייִדיש, און די ספֿרדים — לאַדינאָ? דער ענטפֿער איז, אַז די לשונות און קולטורן פֿון די פֿעלקער װוּהין ייִדן האָבן דערגרײכט, זײַנען געװען צו פּרימיטיװ, בכדי צו באַפֿרידיקן די רעליגיעז־קולטורעלע נױטן פֿון דעם ייִד.
אָן אַרײַנצונעמען דעם שלל פֿון לשון־קודשדיקע װערטער, אױסדרוקן און באַגריפֿן אין די דיאַלעקטן פֿון דער סבֿיבֿה, װוּ ער האָט געלעבט, װאָלט דער ייִד פּשוט ניט געקענט גײַסטיק אָטעמען. דער ייִד, װאָס האָט געמאַכט זײַנע ערשטע שריט אױפֿן אײראָפּעיִשן קאָנטינענט, איז קולטורעל אַריבערגעשטיגן זײַן פּרימיטיװן גאַסטגעבער און דעריבער געמוזט אױפֿבױען אַ ראַם, װאָס װעט אים דערמעגלעכן אָנצוהאַלטן זײַן ייִדישקײט. דאָ געפֿינען מיר די שפּורן, די הױפּט־סיבות פֿאַר ייִדישער רעליגיעז־קולטורעלער אױטאָנאָמיע. די אױטאָנאָמיע האָט אין משך פֿון דורות אָנגענומען פֿאַרשײדענע פֿאָרמען און דערגאַנגען צו דער מדרגה פֿון „אַ שטאַט אינערהאַלב אַ שטאַט‟.
שױן אין גלות־בבֿל געפֿינען מיר די גרונט־פֿאָרם, דעם פּראָטאָטיפּ פֿון זעלבסט־פֿאַרװאַלטונג. די בבֿלים און שפּעטער די פּערסן האָבן באַשטימט דעם „עקזיליאַרך‟, דאָס הייסט, דעם ראָש פֿון גלות. ביז צום צענטן יאָרהונדערט איז דאָס געװען אַן אָפּשטאַמיקער פֿון דער קעניגלעכער פֿאַמיליע פֿון דוד המלך. היסטאָריקער װײַזן אָן, אַז בעצם האָט דאָס מלכות בית־דוד עקזיסטירט כּמעט צװײ טױזנט יאָר. דער עקזיליאַרך האָט געהערשט איבער די ייִדישע קהילות און האָט געהאַט דעם סטאַטוס פֿון אַ „װיצע־קעניג‟. ער איז געשטאַנען בראָש פֿון דעם אינערלעכן מלוכה־אַפּאַראַט, װאָס האָט אײַנגעשלאָסן דאָס געריכט־װעזן, אױפֿמאָנונג פֿון מלוכה־שטײַערן און פֿאַרװאַלטונג פֿון די בתּי־תּפֿילה, בתּי־מדרש, בית־עלמינס און ישיבֿות.
ביז צום הײַנטיקן טאָג דערמאָנען מיר די תּקופֿה יעדן שבת, װען מיר רעציטירן די צװײ יקום־פּורקנס פֿאַר מוסף. דאָרט אין בבֿל האָט יעדע קהילה אױסדערװײלט די „פּרנסי־הכּנסת‟, אָדער די „שיבֿעה־טובֿי־העיר‟; די װאָס האָבן באַצאָלט דעם געמײנדע־שטײַער, האָבן געהאַט דאָס רעכט צו זײַן „בוררים‟. אין צענטן יאָרהונדערט געפֿינט מען שױן די קהילה־סטרוקטור אין די אײראָפּעיִשע לענדער, פֿון שפּאַניע ביז פּױלן.
ייִדישע אַלײן־פֿאַרװאַלטונג איז געװאָרן נאָך מער בולט אין דער תּקופֿה פֿון מיטלעלטער, פֿון זיבעטן ביז צום 15טן יאָרהונדערט. די „ייִדישע גאַס‟ אָדער „געטאָ‟ האָט אָפּגעזונדערט די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון דער אַלגעמײנער. ייִדן זײַנען באַטראַכט געװאָרן װי אַ „קאָרפּוס סעפּאַראַטום‟ — אַ באַזונדערע קערפּערשאַפֿט, יורידיש און סאָציאַל דעפֿינירט פֿון דער קריסטלעכער קירך, װי אױך דעם מושל. דער „שטאַט אינערהאַלב אַ שטאַט‟ שפּיגלט אָפּ ריכטיק דעם געריכטלעך־יורידישן מצבֿ פֿון ייִדישע קהילות אין אײראָפּע. אַפֿילו אין פּױלן, װאָס האָט ניט פֿאַרשלאָסן אירע ייִדן אין אַ געטאָ, איז דאָך געװען די „ייִדישע גאַס‟. אין 17טן יאָרהונדערט, װען די גרענעצן פֿון פּױלן האָבן זיך אױסגעשפּרײט פֿון באַלטישן ביז צום שװאַרצן ים, האָט דאָרט פֿונקציאָנירט דער „ועד־אַרבע־האָרצות‟ — דער ראַט פֿון די פֿיר פּױלישע פּראָװינצן, אײַנגעשלאָסן ליטע. דער „ועד‟ האָט אָנגענומען תּקנות, װאָס האָבן רעגולירט די טעטיקײטן פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און יחידים.
װען ייִדן האָבן, צו ביסלעך, נאָך דער פֿראַנצױזישער רעװאָלוציע, אָנגעהױבן צו געװינען בירגעררעכט, װי אַ פּועלי־יוצא פֿון דער עמאַנציפּאַציע, האָט די פֿעאָדאַלע סיסטעם פֿון באַטראַכטן ייִדן, װי אױך אַנדערע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג, װי באַזונדערע סאָציאַלע גרופּעס, זיך פֿאַרענדיקט. נײַע דעפֿיניציעס פֿון בירגעררעכט האָבן ראַדיקאַל געענדערט דעם סטאַטוס פֿון דעם ייִדישן ציבור און יחיד.
אין דער הײַנטיקער צײַט, ספּעציעל נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה איז די ייִדישע קהילה געװאָרן אַן עפֿנטלעך־רעכטלעכע קערפּערשאַפֿט מיט צװאַנגס־מיטגלידערשאַפֿט; יעדער ייִד איז אױטאָמאַטיש אַ מיטגליד פֿון דער אָרטיקער קהילה. די נײַע סטרוקטור האָט אָנערקענט די פֿולע פֿרײַהײט פֿונעם בירגער. זי האָט אױך אָנערקענט די ספּעציעלע נױטן פֿון אַלע נאַציאָנאַלע מינדערהײטן. װאָס נוגע ייִדן איז די „גמינע‟ אין פּױלן אָדער די „קולטוס־געמײנדע‟ אין דײַטשלאַנד דערפֿירט געװאָרן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַ רעפּרעזענטאַטיװער פֿאָרשטײערשאַפֿט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג.
װי אַזעלכע האָט זי געהאַט דאָס רעכט צו פֿאַרהאַלטן קהלשן אײגנטום, בױען אינסטיטוציעס, װי בתּי־יתומים, שפּיטעלער, מיקװת און בתּי־עלמין. אין גרעסערע שטעט זײַנען אין קהילה־ראַט געזעסן צוזאַמען און געקעמפֿט בונדיסטן, ציוניסטן, אַסימילאַנטן און אַגודהניקעס. דער שרײַבער פֿון די שורות געדענקט די װאַלן צום קהילה־ראַט, װאָס די פּױלישע מלוכה־פּאָליצײ האָט משגיח געװען.
װען מען רעדט װעגן ייִדן אין אַמעריקע, מוז מען לכתּחילה קלאָר מאַכן געװיסע פּרינציפּיעלע אונטערשײדן. ייִדן אין אַמעריקע זײַנען ניט באַפֿרײַט געװאָרן, װײַל זײ זײַנען פֿון סאַמע אָנהײב געװען פֿרײַע בירגער פֿון לאַנד. די אַבסאָלוטע אָפּטיילונג פֿון קירך (רעליגיע) פֿון שטאַט האָט במילא ניט געפֿאָדערט קײן עפֿנטלעך־רעכטלעכן סטאַטוס פֿאַר דער ייִדישער קהילה. יעדע „קאָנגרעגײשן‟ איז זעלבשטענדיק, אַפֿילו אױב זי געהערט צו אַ פֿאַרבאַנד פֿון סינאַגאָגעס. די עלטסטע פֿון די פֿאַרבאַנדן איז די „יוניאָן אָוו אַמעריקען היברו קאָנגרעגײשאַנס‟ געגרינדעט אין 1878, װאָס האָט אײַנגעגלידערט די „באָארד אָװ דעלעגאַטס אָװ אַמעריקען איזראַעליטס‟, װאָס האָט עקזיסטירט זינט 1859.
װאָס שײך די אַנדערע רעליגיעזע שול־פֿאַרבאַנדן, „די יונײַטעד סינאַגאָג אָװ אַמעריקאַ‟ — קאָנסערװאַטיװ, און די „יוניאָן אָװ אָרטאָדאָקס דזשויִש אָרגאַניזײשאָנס‟ — אָרטאָדאָקס, װי אױך די חבֿרותעס פֿון די רעקאָנסטרוקציאָניסטן; זײ אַלע זײַנען געשאַפֿן געװאָרן אין 20סטן יאָרהונדערט. פֿון גרױסער װיכטיקײט זײַנען די צאָל זײער אײַנפֿלוסרײַכע אָרגאַניזאַציעס, װאָס זײער השפּעה שפּרײט זיך אױס אױף כּמעט אַלע לענדער פֿון ייִדישער צעשפּרײטקײט איבער דער װעלט. אײניקע פֿון זײ װערן אָנערקענט פֿון אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַנען פֿון די „פֿאַראײניקטע פֿעלקער‟. צו זײ געהערן: „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָנגרעס‟, „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, „די אַנטי־דעפֿאַמײשן ליג פֿון דעם אָרדן בני־בנות‟ און דער „ייִדישער אַרבעטער־קאָמיטעט‟.
„דזשױנט‟, „האַיאַס‟ און „אָרט‟, די באַקאַנטע אָרגאַניזאַציעס איבער דער גאָרער װעלט, זײַנען בלױז אַ קלײנער טײל פֿון צענדליקער אַנדערע. פֿון גרױסער היסטאָרישער חשיבֿות זײַנען די הונדערטער לאַנדמאַנשאַפֿטן, װאָס האָבן געדינט װי אַ בריק צװישן דער אַלטער און נײַער װעלט. די צדקה־פֿעדעראַציעס זײַנען אָבער געװאָרן די הױפּט־בעלי־בתּים און װאָרטזאָגער פֿון ייִדישן קאָמונאַלן לעבן. געװען אַ צײַט, פֿאַר דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל, װען די ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט זוכה געװען צו דעם סטאַטוס.
די נויטן פֿון ייִדישן פֿאָלק און ספּעציעל די הױפּט־דאגה פֿאַר דעם װױלזײַן פֿון מדינת־ישׂראל, האָט געפֿאָדערט צו שאַפֿן אַ רעפּרעזענטאַטיװע פֿאָרשטײערשאַפֿט כּלפּי־חוץ און כּלפּי־פּנים. דאָס האָט באַװױגן ד״ר נחום גאָלדמאַן צו שאַפֿן דעם „פּרעזידענטן־קלוב‟, איצט באַקאַנט װי „די קאָנפֿערענץ פֿון פּרעזידענטן פֿון גרױסע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס‟. געװען איז דאָס אין דער צײַט, װען אײַזענהאַוער איז געװען פּרעזידענט און דזשאָן פֿאָסטער דאַלעס דער סעקרעטאַר פֿאַר אױסערלעכע ענינים. ער האָט ניט געװאָלט קאָנפֿערירן מיט יעדער ייִדישער אָרגאַניזאַציע באַזונדער און פֿאָרגעשלאָגן צו שאַפֿן אײן פֿאָרשטייער פֿון דער ייִדישער קהילה.
לעצטנס, האָט זיך צעפֿלאַקערט אַ װיכּוח אין דער ייִדישער עפֿנטלעכקײט װעגן דעם „פּרעזידענטן־קלוב‟, צי איז ער טאַקע אַ לעגיטימער, דעמאָקראַטיש־דערװײלטער, רעפּרעזענטאַטיװער אָרגאַן פֿון דער ייִדישער געזעלשאַפֿט? אָנגעהױבן דעם װיכּוח האָט ראַבײַ עריך יאָפֿי, דער געװעזענער פֿירער פֿון דער רעפֿאָרם־באַװעגונג. ער האָט אָנגעװיזן, אַז די מאַכט איז קאָנצענטרירט אין די הענט פֿון דעם פֿאָרזיצער און דעם עקזעקוטיװ־װיצע־פֿאָרזיצער. בײדע זײַנען זיך ניט נוהג אין הסכּם מיט דעמאָקראַטישע פּרינציפּן און באַראַטן זיך ניט מיט די מיטגלידער־אָרגאַניזאַציעס פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟.
דער פּאַראַדאָקס איז, אַז די „קאָנפֿערענץ‟ איז באַשאַפֿן געװאָרן הױפּטזאַכלעך צו פֿאַרטײדיקן די אינטערעסן פֿון דער דעמאָקראַטישער מדינת־ישׂראל, אָבער זי אַלײן איז װײַט פֿון זײַן דעמאָקראַטיש. דער אמת איז, אַז אַ סך פֿון די מיטגלידער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟ זײַנען ניט קײן „מיטגלידער־אָרגאַניזאַציעס‟. זײ זײַנען אַגענטורן פֿון קהלישע אָדער ציוניסטישע פֿאָנדן. לױטן אָנגענומענעם נוסח קאָן בלױז אַן אַמטירנדיקער פּרעזידענט פֿון אַן אָרגאַניזאַציע דערװײלט װערן צום אַמט פֿון פֿאָרזיצער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟.
אַ סך מענטשן רײַסן אײַן װעלטן דערװײלט צו װערן צו דער פּרעזידענטשאַפֿט, בכדי צו װערן ראָױ צו װערן פּרעזידענט פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟ והכל יענה את הכּל… הרבֿ אַרטור הערצבערג ז”ל, אַלײן אַ געװעזענער װיצע־פֿאָרזיצער פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟, האָט זיך באַקלאָגט אין אַן עפֿנטלעכן בריװ אינעם Forward, אַז ער האָט קײן מאָל ניט געקאָנט אױסגעפֿינען דעם בודזשעט פֿון דער „קאָנפֿערענץ‟. װי איך האָב אָנגעװיזן אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל װעגן פּאַראַדאָקסן אין ייִדישן לעבן, איז דער ענין טאַקע אַ וויכטיקער, ווען מע זעט, אַז ייִדן װערן בדרך־כּלל באַטראַכט װי דעמאָקראַטן און ליבעראַלן.
די ציוניסטישע װעלט־באַװעגונג האָט, אַחוץ אַנדערע דערגרײכונגען, אײַנגעפֿירט דעמאָקראַטיע אין אונדזער לעבן. די אײנציקע דעמאָקראַטיע אין מיטל־מיזרח איז אונדזער מדינת־ישׂראל. דאָ אין אַמעריקע װערט די ייִדישע פּאָליטיק און װירטשאַפֿט אָנגעפֿירט טאַקע פֿון „אַ קלוב‟ פּלוטאָקראַטן און אַן אָליגאַרכיע. אײן ציוניסטישע אָרגאַניזאַציע האָט אַ פּערמאַנענטן פּרעזידענט. אַמאָל זײַנען די באַאַמטע דערװײלט געװאָרן אױף צװײ ביז פֿיר יאָר. הײַנט איז דער מאָדעל — די אַמעריקאַנער קאָרפּאָראַציע. עס איז באמת כּדאַי, אַז די ייִדישע פּרעסע זאָל באַהאַנדלען די פֿראַגע און אָנפֿירן מיט דער דעבאַטע. דער דעת־הקהל דאַרף און מוז קומען צום אױסדרוק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.