זשאַבאָטינסקי — נישט אַזוי געפֿערלעך

How I Learned To Stop Worrying About Jabotinsky

זאבֿ זשאַבאָטינסקי
Yale University Press
זאבֿ זשאַבאָטינסקי

פֿון אַדאַם ראָוונער (Forward)

Published June 10, 2014, issue of July 04, 2014.

אויף דער הילע פֿון הלל האַלקינס נײַעם ביאָגראַפֿישן בוך וועגן זאבֿ (וולאַדימיר) זשאַבאָטינסקי זעט מען אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿונעם יונגן ייִדישן אַקטיוויסט, אינעם יאָר 1918, אָנגעטאָן אין אַ בריטישן מיליטערישן מונדיר. דאָס דאָזיקע בילד, וואָס דערמאָנט דעם „דאָקטער סטרענדזשלאָוו‟ פֿון דער באַקאַנטער בריטישער קאָמעדיע וועגן נוקלעאַרע באָמבעס, איז אַ גוטע אילוסטראַציע פֿון זשאַבאָטינסקיס סתּירותדיקער פּערזענלעכקייט.

אַזוי ווי דער דערמאָנטער קינאָ־פּערסאָנאַזש, האָט זשאַבאָטינסקי גערעדט אויף העברעיִש מיט אַ שטאַרקן רוסישן אַקצענט. ער איז געווען אַ קלוגער און אומגעדולדיקער מענטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט קאָמוניזם און וועלכע־ניט־איז פּאָליטישע היעראַרכיעס, געגלייבט דערבײַ אין שטראָף־מיטלען און געווען אומצופֿרידן, ווען אומשולדיקע מענטשן לײַדן אומיושרדיק. איך האַלט פּערזענלעך נישט, אַז ער איז געווען אַ „היטלעריסט‟; אַדרבה, איך באַצי זיך צו זשאַבאָטינסקי מיט אַ מאָדנער ליבשאַפֿט.

אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט זשאַבאָטינסקי אַרויסגעוויזן אַ סך טאַלאַנטן, ווי אַ שרײַבער, אַדוואָקאַט, סאָלדאַט, איבערזעצער, זשורנאַליסט, אַן אומאָפֿיציעלער דיפּלאָמאַט און, אַוודאי, פּאָליטישער אַקטיוויסט. בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט ער געדינט אויפֿן בריטישן פֿראָנט; שפּעטער, וווינענדיק אין מאַנדאַט־פּאַלעסטינע, איז ער אָפּגעזעסן אין טורמע פֿאַר זײַן ציוניסטישער מיליטאַנטישער טעטיקייט. זײַנע פּאָליטישע געדאַנקען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַן אויסטערליש געמיש פֿון אַנאַרכיזם, דעמאָקראַטיע, סאָציאַליזם און פֿאַשיזם. ס׳איז שווער מסכּים צו זײַן מיט האַלקינס מיינונג, אַז זשאַבאָטינסקי איז געווען ווײַט פֿון אידעאָלאָגיע, און אַז ער געווען דער „צום ווייניקסטן אידעאָלאָגישער‟ ציוניסט. פּונקט פֿאַרקערט, איז ער צומאָל געקומען אין סתּירה מיט זיך אַליין צוליב דעם קאָמפּליצירטן מישמאַש פֿון כּלערליי אידעאָלאָגיעס.

הײַנט איז זשאַבאָטינסקי באַקאַנט ווי אַ מוסטער פֿון אַ ייִדישן נאַציאָנאַליסט. אין יעדער ישׂראלדיקער שטאָט איז פֿאַראַן אַ גאַס, וואָס טראָגט זײַן נאָמען. למעשׂה, אָבער, האָט ער אינעם „ייִשובֿ‟ געוווינט בלויז פֿינף יאָר. האַלקין ווײַזן אָן, אַז זשאַבאָטינסקי איז געווען אַפֿילו צופֿרידן, שטילערהייט, ווען די בריטישע רעגירונג האָט אים נישט אַרײַנגעלאָזט צוריק קיין פּאַלעסטינע אינעם יאָר 1930. עס בלײַבט אומקלאָר, פֿאַרוואָס אַרום אַזאַ מענטש האָט זיך געשאַפֿן אַ גאַנצער קולט פֿון זײַן פּערזענלעכקייט ווי אַ מוסטערדיקן ציוניסט.

הגם דער העלד פֿון האַלקינס נײַער ביאָגראַפֿיע איז געשטאָרבן מיט כּמעט 75 יאָר צוריק, בלײַבט זײַן נאָמען נאָך אַלץ אַרומגערינגט מיט אַ פּאָלאַריזירנדיקער מיטאָלאָגיע. אַ סך ישׂראלדיקע לינקע באַטראַכטן אים ווי אַ געפֿערלעכן פֿאַשיסט און בלוט־דורשטיקן טעראָריסט; פֿאַר די רעכטע קרײַזן איז ער אַ לעגענדאַרער מוסטער נאָכצופֿאָלגן. אינעם נײַעם בוך, ווײַזט האַלקין, אַז ביידע מיינונגען זענען, אין דער אמתן, ווײַט פֿון זשאַבאָטינסקיס רעאַלער פּערזענלעכקייט.

אַזוי ווי טעאָדאָר הערצל, איז ער הײַנט באַקאַנט ווי אַ קוואַל פֿון ציטאַטן; ווייניק ישׂראלים לייענען זײַנע ראָמאַנען „שמשון‟ און „די זאַלבע־פֿינף‟, לכתּחילה אָנגעשריבן אויף רוסיש. דעם דאָזיקן מאָמענט האָט האַלקין נישט באַהאַנדלט ווי געהעריק. אַחוץ זשאַבאָטינסקי, זענען צווישן די ציוניסטן־רעוויזיאָניסטן געווען אַ צאָל אַנדערע שעפֿערישע פּערזענלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט דעם ייִדישן און העברעיִשן פּאָעט, אורי־צבֿי גרינבערג.

זײַענדיק אַליין אַ פּראָפֿעסיאָנעלער איבערזעצער, דערציילט האַלקין גאַנץ פּרטימדיק וועגן זשאַבאָטינסקיס באַרימטע איבערזעצונגען פֿון עדגאַר אַלען פּאָוס פּאָעזיע פֿון ענגליש אויף העברעיִש און פֿון ביאַליקס לידער — פֿון העברעיִש אויף רוסיש. די, וואָס באַטראַכטן זשאַבאָטינסקי ווי אַ שרעקעדיקע פֿיגור, קאָנען אַנטדעקן, אַ דאַנק דעם נײַעם בוך, אַ רעאַלן, פֿילזײַטיקן מענטש, וועלכער פֿאַרדינט ליבשאַפֿט אָדער, לכל־הפּחות, דרך־ארץ.