ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published June 10, 2014, issue of July 04, 2014.

יאַנוש קאָרווין-מיקע
Getty Images
יאַנוש קאָרווין-מיקע

ווער האָט אין פּוילן ליב ייִדן?

יאַנוש קאָרווין-מיקע איז נאָך איין שׂונא-ישׂראל, וואָס מאַכט אַ קאַריערע אין פּוילן. דער 71 יאָריקער שעף פֿון דער אַזוי גערופֿענער „פּוילישע רעכטע פּאַרטיי‟, איז ער אַ דעפּוטאַט אינעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. פֿאַרשטייט זיך, אַז ווי אַן אמתער פּוילישער נאַציאָנאַליסט, איז ער אַ פֿאַרביסענער קעגנער פֿון דער אייראָפּעיִשער אוניע. ער האָט פֿון דעסטוועגן נישט געזאָגט, וואָס ער האָט בדעה צו טאָן מיטן גיגאַנטישן שׂכירות, וואָס בריסל צאָלט די דעפּוטאַטן פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט.

קאָרווין-מיקע האָט ליב צו רעדן וועגן אַנדערע, איבערהויפּט וועגן ייִדן. ער דערקלערט, אַז מיר ייִדן, גרויסן זיך מיט דער צאָל ייִדן, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן. די ייִדן, זאָגט קאָרווין-מיקע, זענען זייער צופֿרידן, וואָס אַדאָלף אײַכמאַן האָט געשיקט די אונגאַרישע ייִדן אין די גאַז־קאַמערן. ווען אײַכמאַן וואָלט עס נישט געטאָן, וואָלט די צאָל פֿון די דערהרגעטע ייִדן געווען קלענער און ווי שוין געזאָגט, די ייִדן זענען זייער שטאָלץ, וואָס גאַנצע זעקס מיליאָן זענען אומגעקומען אינעם חורבן.

קאָרווין-מיקע האַלט זיך פֿאַר אַ גרויסן מומחה אין סעקס בכלל און אין ייִדישן סעקס בפֿרט. „די ייִדן האָבן גרויסע סעקסועלע פֿעיִקײטן, ווײַל זיי עסן כּסדר ציבעלע און קנאָבל. דאָס איז אויך די סיבה, וואָס זיי האָבן אַזוי פֿיל קינדער‟ — דערקלערט ער.

ציבעלע און קנאָבל קענען עסן אַלע — ייִדן און נישט ייִדן. איז פֿאַר וואָס עסן נישט די פּאָליאַקן קיין ציבעלע און קיין קנאָבל פּונקט ווי די ייִדן? פֿאַר וואָס זענען די פּאָליאַקן געבליבן סעקסועל הינטערשטעליק? די סיבה, לויט קאָרווין-מיקע, איז די ייִדישע פּראָפּאַגאַנדע. די ייִדן דערציילן זייערע נישט-ייִדישע שכנים, אַז ציבעלע און קנאָבל זענען נישט געזונט.

צו מדינת-ישׂראל האָט קאָרווין-מיקע גאָרנישט, פּשוט ווײַל ער האַלט, אַז פּוילן דאַרף זיך נישט מישן אין ווײַטע קאָנפֿליקטן. ווי מיר האָבן שוין געזען, האָבן די רעכטע פּאָליאַקן אונדז פֿײַנט, און די לינקע פּאָליאַקן האָבן אונדז אויך נישט ליב. הכּלל, שווער צו זײַן אַ ייִד.

פּוילישער טייל אינעם ייִדישער פֿעסטיוואַל אין קאָפּענהאַגן

KLEZMER DUO
KLEZMER DUO

אונדזערע דענישע שכנים זענען אונדז מסתּמא מקנא. קראָקע האָט אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל און וואַרשע האָט אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל. וויל קאָפּענהאַגן אויך האָבן אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל.

דער קאָפּענהאַגן־ייִדישער פֿעסטיוואַל הייבט זיך אָן דעם צווייטן יוני און געדויערט אַכט טעג. אין פּראָגראַם: לעקציעס, קאָנצערטן, אויסשטעלונגען, קולינאַרישע וואַרשטאַטן וכדומה.

דער פֿעסטיוואַל האָט זיך אָנגעהויבן מיט א פּוילישן אַקצענט: „איִדאַ‟ — אַ נײַער פּוילישער פֿילם וועגן א יונגער מאָנאַשקע, אַ ייִדישקע, וואָס איז על־פּי־נס ניצול געבליבן. „דער גולם‟ — אַ שטום-פֿילם פֿון יאָר 1920, וואָס ווערט באַטראַכט ווי אַ שעדעווער פֿון דײַטשישן עקספּרעסיאָניזם, איז אויך אויף דער פּראָגראַם פֿונעם פֿעסטיוואַל.

אָן כּלי־זמר גייט עס נישט — KLEZMER DUO — אַ דענישער קלאַרנעטיסט און אַ דענישע אַקאָרדעאָניסטקע, וואָס שפּילן שוין צוזאַמען 25 יאָר, נעמען אויך אָנטייל אינעם פֿעסטיוואַל. איר קענט אויך גיין אויף אַ שפּאַציר מיט אַ היסטאָריקער אין דער ייִדישער געגנט פֿון קאָפּענהאַגן.

אַ לעקציע מיטן טיטל „די וווּנדערלעכע מעשׂיות פֿון תּלמוד‟ גיט הרבֿ לעווענטאַל. אין דענמאַרק, אַזוי ווי אין פּוילן, לעבט אַ קליינע צאָל ייִדן. אַ טייל פֿון די הײַנטיקע דענישע ייִדן, זענען אַמאָליקע פּוילישע ייִדן, וואָס די גאָמולקאַ־רעגירונג האָט זיי אַרויסגעטריבן פֿון פּוילן אין יאָר 1968. דער אָרגאַניזיאַטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, יעקבֿ זילבער, איז איינער פֿון זיי.