דער מאָסקװער פֿאַרלאַג מיטן נאָסטאַלגיש־סאָװעטישן נאָמען URSS (ראָשי־תּיבֿות פֿאַר סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אױף פֿראַנצױזיש) האָט אַרױסגעגעבן פֿון דאָס נײַ די פֿאַרגעסענע שטודיע „געשיכטע פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער באַװעגונג פֿון די ייִדן אין פּױלן און רוסלאַנד‟, װאָס איז צום ערשטן מאָל אַרױס אױף ייִדיש אין 1926 און אױף רוסיש אין 1930. דער אויטאָר פֿונעם דאָזיקן חיבור איז טובֿיה הײליקמאַן, אײנער פֿון דער גרופּע מאַרקסיסטישע היסטאָריקער, װאָס איז געװען טעטיק אין די סאָװעטישע ייִדישע אינסטיטוציעס אין די 1920ער־1930ער יאָרן. די נײַע אױפֿלאַגע פֿאַרמאָגט ניט קײן הקדמה, װאָס זאָל דערקלערן, צוליב װאָס זשע האָט מען באַשלאָסן ווידער אַרױסצולאָזן דאָס דאָזיקע בוך.
אַ סבֿרה, האָט מען געהאַלטן, אַז אַ בוך װעגן ייִדן װעט מען אױסכאַפּן, װי הײסע פּירעזשקעס. קאָסטן קאָסט אַ נײַע אױפֿלאַגע װײניק, װאָרן די פּאָליגראַפֿישע קװאַליטעט פֿונעם בוך איז טאַקע ביליק און װעגן די אַויטאָר־רעכט גײט שױן ניט די רײד. װי עס זאָל ניט זײַן, איז דאָס דאָזיקע תּחית־המיתים פֿונעם פֿאַרגעסענעם היסטאָרישן װערק אַ גוטער תּירוץ צו באַטראַכטן פֿון ס‘נײַ די אינטעלעקטועלע ירושה פֿון דער סאָװעטישער מאַרקסיסטישער שיטה אין דער ייִדישער געשיכטע.
הײליקמאַנס בוך איז אַרױס נאָך אין דער תּקופֿה פֿון אַ געװיסער אידעאָלאָגישער פֿרײַהײט. אמת, כּדי צו האָבן אַ היסטאָרישע שטודיע, פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַ מלוכישן פֿאַרלאַג, האָט זי געדאַרפֿט זײַן אין הסכּם מיט דער מאַרקסיסטישער שיטה. אָבער מען האָט נאָך געמעגט אױסטײַטשן די מאַרקסיסטישע תּורה רעלאַטיװ פֿרײַ. כּסדר זײַנען די סאָװעטישע ייִדישע היסטאָריקער ניט געװען אָריגינעלע פֿאָרשער. אַנשטאָט אױסצוגראָבן נײַע מקורים האָבן זײ געשאַפֿן נײַע אינטערפּרעטאַציעס פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון קלאַסנקאַמף.
דער דעה־זאָגער אין דער אַלגעמײנער סאָװעטישער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט איז אין יענער צײַט געװען מיכאַיִל פּאָקראָװסקי. ער האָט באַטראַכט די געשיכטע װי אַן אַנטװיקלונג־פּראָצעס פֿון „פּראָדוקציע־באַציִונגען‟, װאָס איז דורכגעלאָזט געװאָרן דורכן קלאַסנקאַמף. נאַציאָנאַלע און טעריטאָריעלע אַספּעקטן האָבן דערבײַ געשפּילט אַ קנאַפּע ראָלע. לױט דער דאָזיקער סכעמע זײַנען אַלע פֿעלקער און לענדער דורכגעגאַנגען די אײגענע סאָציאַל־עקאָנאָמישע שטופֿעס אין זײער היסטאָרישן גאַנג. און דאָס האָט דערקלערט זײערע עליות און ירידות אױף דער פּאָליטישער אַרענע.
אָבער אינעם פֿאַל פֿון דער ייִדישער געשיכטע האָט, װי אַלע מאָל, האָט עס אַרויסגערופֿן געװיסע קשיאות. הײליקמאַן זאָגט אױף די ערשטע זײַטן פֿון זײַן בוך: „צו דער געשיכטע פֿון ייִדן מוז מען אָנװענדן דעם זעלבן היסטאָריש־מאַטעריאַליסטישן מעטאָד.‟ אָבער װען עס קומט צו די פּרטים, באַװײַזן זיך ספּעציעלע אײגנאַרטיקע אַספּעקטן. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט ניט געהאַט קײן אײגענע טעריטאָריע און קײן אײגענע נאַציאָנאַלע װירטשאַפֿט; דערפֿאַר האָבן ייִדן זיך ניט צוגעפּאַסט צו סטאַלינס דעפֿיניציע פֿון נאַציע. אינעם לעצטן סך־הכּל האָט עס דערהרגעט די ייִדישע געשיכטע, װי אַ צװײַג פֿון דער סאָװעטישער היסטאָרישער װיסנשאַפֿט אין די 1930ער יאָרן.
אינעם ערשטן באַנד פֿון זײַן װערק באַהאַנדלט הײליקמאַן די געשיכטע פֿון ייִדן אינעם אַלט־פּױלן און ליטע. פֿאַר הײליקמאַנען, װי פֿאַר פּאָקראָװסקין, איז דער עיקרדיקער טרײַב־כּוח פֿון דער היסטאָרישער אַנטװיקלונג אין מיטלעטער געװען דער האַנדל־קאַפּיטאַל. הײליקמאַן באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿונעם „עקאָנאָמישן פֿאַקטאָר‟ פֿאַר דער געזעלשאַפֿטלעכער אַנטװיקלונג בײַ ייִדן: „נאָר אױפֿן יסוד פֿון דער דאָזיקער אָפּהענגיקײט אַנאַליזירן מיר די געזעלשאַפֿטלעכע קעגנזײַטיקע באַציִונגען, װעלכע אַנטװיקלען זיך דורך קלאַסן־װידערשפּרוכן.‟
אָבער די ייִדישע געשיכטע האָט אַ געװיסע ספּעציפֿיק. איר פֿאָרשער, האַלט הײליקמאַן, „דאַרף אױפֿמערקזאַם באַטראַכטן די דערשײַנונגען פֿון צוויי זײַטן: דעם היסטאָרישן פּראָצעס פֿונעם הערשנדיקן פֿאָלק, און די ענדערונגען, װעלכע זײַנען דורך אים אַרױסגערופֿן געװאָרן אינעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן.‟ אין הסכּם מיטן דאָזיקן צוגאַנג באַהאַנדלט הײליקמאַן זײער פּרטימדיק די סאָציאַל־עקאָנאָמישע באַציִונגען צװישן ייִדן און זײערע שכנים אין פּױלן, ליטע און אוקראַיִנע. ער האָט אַ געװיסע סימפּאַטיע צו דער אַלטער ליטע, װוּ די ייִדישע קהילות האָבן פֿאַרמאָגט אַ דעמאָקראַטישע אױטאָנאָמיע. אָבער זײַן אידעאָלאָגישע כּװנה איז צו דערװײַזן, אַז די קלאַסן־אינטערעסן פֿון די ייִדישע „עקספּלואַטאַטאָרן‟, גבֿירים, סוחרים, אַרענדאַרן, זײַנען געװען די זעלבע, װאָס בײַ די קריסטלעכע הערשנדיקע קלאַסן, בעת די ייִדישע אָרעמע לײַט האָבן געהאַט מער שותּפֿות מיט אָרעמע קריסטן אײדער מיט רײַכע ייִדן.
װי אַ מאַרקסיסט, האָט הײליקמאַן געזען דעם שורש פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דעם סאָציאַל־עקאָנאָמישן „יסוד” פֿון דער געזעלשאַפֿט: „דער אַנטיסעמיטיזם װערט אַרױסגערופֿן דורך צײַטװײַליקע (און ניט אײביקע!) עקאָנאָמישע סיבות‟. אַזױ אַרום באַקומט זיך, אַז אַנטיסעמיטיזם איז אַ פּועל־יוצה פֿון קלאַסנקאַמף אין דער פּױלישער און ייִדישער געזעלשאַפֿט. און פֿאַרקערט, װען די אינטערעסן פֿון אַ „באַשטימטן טײל פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג‟ זײַנען צונױפֿגעפֿאַלן מיט די „אינטערעסן פֿונעם הערשנדיקן קלאַס‟, איז מעגלעך געװען אַ „טאָלעראַנטע און גינסטיקע באַציִונג פֿון דער מלוכה צו די ייִדן‟. הײליקמאַן ברענגט אַפֿילו אַ פּאָר אינטערעסאַנטע בײַשפּילן, װען די פּױלישע פּריצים האָבן פֿאַרטײדיקט ייִדישע בעל־מלאָכות פֿונעם שװערן עול פֿון קהלישע שטײַערן.
פֿאַר דער אָקטאָבער־רעװאָלוציע איז טובֿיה הײליקמאַן געװען אַ חשובֿער טעאָרעטיקער פֿון „טעריטאָריעלער אױטאָנאָמיע‟ און אַן אַקטיװער טוער אינעם „בונד‟. נאָך אַ קורצער צײַט זיך געפֿינען אין דער באָלשעװיסטישער תּפֿיסה איז ער געװאָרן אַ קאָמוניסט, און שפּעטער געלערנט געשיכטע אין פֿאַרשידענע מאָסקװער אוניװערסיטעטן. אין משך פֿון דער גאַנצער סאָװעטישער תּקופֿה האָט ער געאַרבעט איבער דער אַרומנעמיקער געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד, אָבער צו פּובליקירן זײַנע װערק האָט ער באַװיזן בלױז טײלװײַז. דאָס לעצטע, און מסתּמא דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע װערק זײַנע, די „געשיכטע פֿון ייִדן אין פֿסס״ר‟, איז פֿאַרבליבן ניט פֿאַרעפֿנטלעכט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.