דינסטיק, דעם 10טן יוני, איז ראובֿן ריוולין, אַ פּאָליטיקער פֿון דער פּאַרטיי „ליכּוד‟ און דער געוועזענער ספּיקער פֿון דער כּנסת, אויסגעקליבן געוואָרן ווי דער קומענדיקער פּרעזידענט פֿון מדינת־ישׂראל. אין דער צווייטער וואַלן־רונדע, האָט ריוולין געוווּנען 63 שטימען; 53 דעפּוטאַטן האָבן אָפּגעשטימט פֿאַר זײַן קאָנקורענט, מאיר שטרית פֿון דער פּאַרטיי „התּנועה‟. דעם 24סטן יולי, וועט ריוולין פֿאַרנעמען די פּאָזיציע פֿונעם אַוועקגייענדיקן איצטיקן פּרעזידענט, שמעון פּערעס.
אין ישׂראל, שפּילט דער פּרעזידענט, דער עיקר, בלויז אַ סימבאָלישע צערעמאָניאַלע ראָלע, און ווערט אויסגעקליבן יעדע זיבן יאָר. ריוולין, אַן עלטערער „ליכּודניק‟, געבוירן אינעם יאָר 1939, וועט ווערן דער צענטער פּרעזידענט. דרײַ אַנדערע קאַנדידאַטן — די ריכטערין דליה דאָרנער, דער נאָבעל־לאַורעאַט אין כעמיע דן שעכטמאַן און די געוועזענע כּנסת־ספּיקערין דליה יצחק — האָבן פֿאַרשפּילט בעת דער ערשטער רונדע פֿון די וואַלן, וועלכע זענען זיך נישט באַגאַנגען אָן אַ סקאַנדאַל.
בנימין בן־אליעזר, אַ דעפּוטאַט פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, האָט זיך געקליבן פֿאָרצולייגן זײַן קאַנדידאַטור. מיט אַ פּאָר טעג פֿאַר דער צווייטער וואַלן־רונדע האָט מען אים אָבער באַשולדיקט אינעם באַקומען גרויסע סומעס פֿון מיליאָנען שקל, אויף אַן אומגעזעצלעכן אופֿן, פֿון אַ צאָל פּריוואַטע קוואַלן. מע איז חושד, אַז ער האָט אויסגענוצט דאָס געלט צו קויפֿן זיך אַ לוקסוס־דירה אין יפֿו. צוליב די דאָזיקע באַשולדיקונגען, איז בן־אליעזר אַרויס פֿונעם פֿאַרמעסט פֿאַרן פּרעזידענט־אַמט.
אין מײַ, האָט דער מיניסטער פֿון ענערגעטיק, סילוואַן שלום, באַשלאָסן צוריקצוהאַלטן זײַן קאַנדידאַטור צוליב די באַשולדיקונגען אין אומפּאַסיקע סעקסועלע מעשׂים; דערווײַל האָט מען נישט געפֿונען קיין ממשותדיקע ראַיות פֿון דעם.
ריוולין איז צום ערשטן מאָל אויסגעקליבן געוואָרן ווי אַ כּנסת־דעפּוטאַט אינעם יאָר 1988, און האָט צוויי מאָל געדינט ווי אַ ספּיקער. זײַענדיק אַ רעכטער „ליכּודניק‟, וועלכער האַלט זיך פֿאַר אַ נאָכפֿאָלגער פֿון זאבֿ זשאַבאָטינסקי, איז ער געשטימט קעגן וועלכע־ניט־איז טעריטאָריאַלע הנחות מיט די פּאַלעסטינער און רופֿט צו אַנעקסירן דעם מערבֿ־ברעג. ריוולין האָט געזאָגט, אַז אין אַזאַ פֿאַל וואָלט מען געקאָנט געבן די דאָרטיקע פּאַלעסטינער די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט.
הגם ריוולין איז נישט אַ פֿרומער ייִד, איז ער געשטימט גאָר נעגאַטיוו קעגן דער רעפֿאָרמער און קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג אין ייִדישקייט. אינעם יאָר 1989, האָט ער באַשולדיקן די נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדן אין „געצנדינערײַ‟. דעם 6טן יוני, אין אַ שמועס מיט „דזשערוזאַלעם פּאָסט‟, האָט ער אָבער דערקלערט, אַז ער האָט „דרך־ארץ פֿאַר יעדן איינעם און וואָלט קיינעם, חלילה, נישט דיסקרימינירט צוליב אָנגעהעריקייט צו אַ געוויסן שטראָם‟. ריוולין האָט צוגעגעבן, אַז דער צוועק פֿונעם פּרעזידענט איז „צו לייזן קאָנפֿליקטן, און נישט צו שאַפֿן זיי‟.
פּערעס האָט באַגריסט ריוולינען און געוואָרנט אים, אַז אַ מענטש אויף אַזאַ פּאָזיציע מוז זײַן פֿאָרזיכטיק מיט יעדעס וואָרט, וואָס קומט אַרויס פֿון זײַן מויל. „איך בין זיכער, אַז דו וועסט קאָנען גלענצנדיק אויספֿירן די דאָזיקע ראָלע‟, האָט צוגעגעבן דער אַוועקגייענדיקער פּרעזידענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.