קודם־כּל, וואָלט איך געוואָלט באַדאַנקען די ייִדישע קהילות פֿאַר די ענדערונגען, וואָס זענען פֿאָרגעקומען אין כּמעט אַלע רעליגיעזע באַוועגונגען אַרום דער וועלט במשך פֿון די לעצטע יאָרן. זײַענדיק אַ האָמאָסעקסועלער מאַן, בין איך צופֿרידן, אַז די ייִדישע גרופּעס זענען געוואָרן מער פֿאַרשטענדלעך און אָפֿן צו די האָמאָסעקסואַלן, לעסביאַנקעס, ביסעקסועלע און טראַנס־סעקסועלע מענער און פֿרויען. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, וואָס דער עצם־ענין פֿון „אײַנשליסן‟ די דאָזיקע גרופּעס איז געוואָרן, גלייב איך, פֿאַרעלטערט. די גרויסע ייִדישע פֿעדעראַציעס און אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן ספּעציעלע פּראָגראַמען, כּדי אײַנצושליסן אַלע מינים מענטשן. אַ טייל פֿון זיי מיינען עס טאַקע ערנסט; אין אַ טייל אַנדערע פֿאַלן, שטאַמט אָבער זייער „אָפֿנקייט‟ פֿונעם אינטערעס צו געפֿינען וואָס מער געלט־שטיצער.
דאָס זאַמלען געלט איז, בעצם, נישט אַ שלעכטע זאַך. אַדרבה, איך האָב במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט געאַרבעט פֿאַר נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס. מײַן פּאַרטנער האָט עס אויך געטאָן. אויב מע קאָן פֿאַרברייטערן די נעץ פֿון די שטיצער, איז עס כּדאַי צו טאָן. אין דער אמתן אָבער, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, זענען די טירן פֿון אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס נישט אַזוי אָפֿן, ווי זיי ווילן באַווײַזן. די ייִדישע שטיצער פֿון אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן און אַפֿילו פֿון אַזעלכע מעסיקע אָרגאַניזאַציעס, ווי „דזשיי סטריט‟, מענטשן מיט אויסגעמישטע רעליגיעזע מינהגים, שאַרפֿע קריטיקער פֿונעם קאָרפּאָראַטיוון ייִדישן „איסטאַבלישמענט‟ און אַפֿילו סתּם אָרעמע־לײַט זענען אָפֿט אומגעוווּנטשענע געסט. די האָמאָסעקסואַלן ווערן צומאָל אויך באַטראַכט ווי „נישט נאָרמאַלע‟ ייִדן צוליב טאַטויִרונגען, אומגעוויינטלעכע מלבושים אָדער אייגנאַרטיקע אויסדרוקן פֿון זייער סעקסועלער אָריענטאַציע.
קיין גרויסער חידוש איז עס נישט. אַלע מענטשלעכע גרופּעס האָבן געוויסע סטאַנדאַרטן, אָפֿענע אָדער באַהאַלטענע. זײַענדיק אַ „קוויר‟, פֿיל איך אָבער אַ סאָלידאַריטעט מיט די, וואָס ווערן באַטראַכט ווי „מאַרגינאַלן‟. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע קהילות, וואָס זענען הײַנט מקבל־פּנים מיט אָפֿענע הענט די האָמאָסעקסואַלן — בתּנאַי, אַז זיי זענען, אַזוי ווי אַנדערע מיטגלידער, פֿאַרמעגלעכע פּריווילעגירטע מענטשן פֿונעם העכערן קלאַס.
מסתּמא, דאַרף איך זײַן צופֿרידן, אַז הײַנט דערלאָזט מען די האָמאָסעקסואַלן אָנצופֿירן מיט ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אַז מע שאַפֿט פֿאַר זיי ספּעציעלע פּראָגראַמען. אין דער זעלבער צײַט, אָבער, האָבן אַ סך קהילות זיך געקערעוועט בפֿירוש אויף רעכטס. אַ רײַכן, פּאָליטיש קאָנסערוואַטיוון „גיי‟־מענטש זאָגט מען „ברוך־הבאָ‟, אָבער מיט אַ פּראָגרעסיוון אָרעמאַן וויל מען נישט אַפֿילו זיצן בײַם זעלבן טיש. די באַנקעטן מיט לאַנגע טישן, בײַ וועלכע עס זיצן ווײַסע מענער, מיליאָנערן און מיליאַרדערן, איז נישט קיין סימן פֿון באַפֿרײַונג, אויב זיי זענען אַפֿילו פֿול מיט האָמאָסעקסואַלן. די מענער דאָמינירן ווײַטער אין אונדזערע קהילות, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס אייניקע פֿון זיי זענען „גיי‟־מענטשן. אין אַ סך ערטער הערשט דער גײַסט פֿון עקסטרעמען פּראָ־ישׂראלדיקן נאַציאָנאַליזם און די קאַפּיטאַליסטישע גאווה.
איך לייג נישט פֿאָר קיין קאָנקרעטע עצות צו לייזן די דאָזיקע פּראָבלעם. איך וויל פּשוט זען מער קהילות, וואָס זענען טאַקע פֿול מיט רוחניות, פּלוראַליסטיש, אָפֿן צו כּלערליי פּאָזיציעס לגבי ישׂראל און די פּאַלעסטינער, פּאָזיטיוו געשטימט לגבי סעקס, פֿאַרשיידנאַרטיק און לעבעדיק. איך זאָג אויך נישט, אַז דער הײַנטיקער ייִדישער איסטאַבלישמענט איז שלעכט; פֿאַר מיר איז עס פּשוט איינזײַטיק און דערעסנדיק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.