כ’ווייס ניט, צי די, וואָס האָבן געלערנט ייִדיש אין די הײַנטיקע אוניווערסיטעטן וועלן וויסן, וואָס מע מיינט מיט דער פֿראַזע „זי גיט‟. די פֿילאָלאָגן זאָגן, אַז דאָס איז אַ פּרעגנאַנטע קאָנסטרוקציע, וואָס שליסט אײַן אין זיך אַ ניט-אַרויסגעזאָגטן געדאַנק, וואָס מע דאַרף אים נאָך פֿאַרשטיין. מיר, דער עלטערער דור, ווייסן גענוי וועגן וואָס סע רעדט זיך. אונדזערע ייִדיש־אוניווערסיטעטן זענען געווען אין די שטעטלעך, וווּ אַזוינע ווערטלעך בײַ די ייִדן פֿלעגן געבוירן ווערן און אָפּשטאַרבן ווי איינטאָגיקע פֿלאַטערלעך. ס’איז קלאָר, אַז ווען מע זאָגט: זי גיט, מיינט מען ניט, אַז זי גיט די האַנט, צי זי גיט נדבֿות; כאָטש, פֿון דער אַנדערער זײַט, אויב זי גיט אָן געלט, אומזיסט, קאָן מען דאָך זאָגן, אַז ס’איז דווקא יאָ אַ נדבֿה!
„זי גיט‟, ווײַל די פֿרוי, וועגן וועמען מע רעדט איז, ווײַזט אויס, אַ ווייכהאַרציקע, אַ גוטהאַרציקע, אַ באַרעמהאַרציקע. עס מיינט, אַז זי טוט יענעם צו ליב, זי וויל יענעם צופֿרידן שטעלן, טאָן אַ טובֿה. מסתּמא, דעם זעלבן באַטײַט האָבן די ווערטער: „מע קאָן זי אײַנרעדן‟, „זי זאָגט ניט אָפּ‟, „זי האָט אויף יענעם רחמנות‟. און אפֿשר, גאָט זאָל מיך ניט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, טוט זי מיט איר גיבן דווקא אַ מיצווה?…
די ייִדן האָבן געקאָנט, אַוודאי, אויפֿהענגען אויף אַזאַ פֿרוי פֿאַרשיידענע מיאוסע ווערטער. נאָר זי איז דאָך פֿאָרט אַ ייִדיש קינד, אַ ייִדישע טאָכטער און האָט פֿײַנע עלטערן. זאָגט מען פּשוט: „זי גיט!‟ זי איז אַ פֿרײַע, עמאַנסיפּירטע פֿרוי — „זי גיט‟ וועמען זי וויל, ווען זי וויל און וווּ זי וויל! קיינער קאָן איר ניט לייענען קיין מאָראַל, זאָגן מוסר! „בעסער צו ברענען אין גיהנום איידער דאָס גאַנצע לעבן אירס געבן נאָר איינעם!‟ — מע קאָן דאָך שטאַרבן פֿאַר נודאָטע! צו וואָס זאָל זי אָפּוווינען אַ לעבן בלויז מיט איינעם, אַז מע קאָן „געבן אַ וווין‟ מיט דעם, געבן אַ וווין מיט יענעם… עס זאָלן האָבן נחת פֿון איר לײַביקן „ווײַנגאָרטן‟ אַ סך מענער! ווי האָט געזאָגט שולמית: „…מײַן אייגענעם ווײַנגאָרטן האָב איך ניט אָפּגעהיט‟, צי ווײַטער אין שיר־השירים:
זאָל קומען מײַן געליבטער אין זײַן גאָרטן
און עסן זײַן טײַערע פֿרוכט…
…עסט חבֿרים,
טרינקט און באַרוישט אײַך מיט ליבשאַפֿט…
יאָ, שלמה המלך האָט געוווּסט דעם טעם פֿון עץ־הדעת, קאָן זײַן געווען אַ געניטער סעקסועלער שלאַכטמאַן!.. אַ מאָל, ווען די שטעטלדיקע ווײַבעלעך פֿלעגן זיך טרעפֿן עפּעס אויף אַ הוליאַנקע, אַ מסיבה, האָבן זיי שטילערהייט געפֿרעגט בײַ דער פֿרוי, וואָס „זי גיט‟ — פֿאַרשטייט זיך, באַנוצנדיק אי פּרעגנאַנטע ווערבן, אי טאָפּלזיניקע ווערטער:
— נו, וואָס קאָנסטו זאָגן וועגן דעם שנײַדער קלמן, ווי אַרבעט ער מיט דער „נאָדל‟? האָט זי געענטפֿערט:
— וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, בגדים טרענט ער בעסער.
— און וואָס קאָנסטו זאָגן וועגן דעם בעל־עגלה לייזער?
— אָ, ער קען די מלאָכה!
מיר, דער עלטערער דור, ווייסן, אַז ווען מע זאָגט: „ער קען‟, מיינט מען ניט, אַז ער קען אײַנשפּאַנען אַ פֿערד, צי איבערקערן אַ וואָגן מיט האָלץ. אונדז איז קלאָר — ער איז אַ בריה אויף צו „באַאַרבעטן דעם לײַביקן ווײַנגאָרטן‟ בײַ אַ פֿרוי, צו באַפֿרידיקן איר לײַדנשאַפֿטלעכע נאַטור.
אפֿשר אַנדערע פֿרויען פֿון שטעטל וואָלטן אויך געגעבן, נאָר ניט בײַ אַלע מאָנט מען דאָך! פֿאַר וואָס זשע, דווקא בײַ דער, וואָס „זי גיט‟, מאָנט מען יאָ? ווײַל „זי פֿאַרמאָגט‟! ווען מע זאָגט, „זי פֿאַרמאָגט‟, מיינט מען ניט, אַז זי פֿאַרמאָגט: אַ ציג, אַ שטוב, אַ פֿאַרמעגן. זי פֿאַרמאָגט לײַביקייט, גרויסע בריסט, און אַנדערע גרויסע לײַביקע נחת־זאַכן — דאָס איז איר פֿאַרמעגן, צוליב וועלכן מע מאָנט דווקא בײַ איר, ניט בײַ אַן אַנדערער. דאָס איז ניט די מאָגערע שולמית, וועגן וועלכער מע וואָלט ניט געקענט זאָגן, „זי פֿאַרמאָגט‟, ווײַל:
דײַנע צוויי בריסט ווי צוויי הירשלעך,
צווילינגס פֿון אַ הירשין.
אַ צווייטע פּרעגנאַנטע קאָנסטרוקציע: „ער נעמט‟. דאָס האָט קיין שום שײַכות ניט צו דער פֿרוי, וואָס „זי גיט‟ און „זי פֿאַרמאָגט‟. ער נעמט — איז גאָר אַ פּראָזאַיִשע זאַך. ס’האָט צו טאָן מיט קאָרופּציע, מיט כאַבאַר. עס רעדט זיך וועגן טשינאָווניקעס, נאַטשאַלניקעס. וועגן די, וואָס שטעלן פֿאָר די מאַכט, פֿירן אָן מיט פֿאַרשיידענע אינסטיטוציעס, מלוכישע אָרגאַניזאַציעס. נאָר טאַקע די מענטשן וואָס פֿלעגן „נעמען אין יד אַרײַן‟; אויף אַזאַ אופֿן האָבן זיי געהאָלפֿן און אַ מאָל געראַטעוועט אַ סך ייִדן פֿון צרות, פֿון אַנטיסעמיטיזם — אי אין צאַרישן רוסלאַנד, אי אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די ייִדן פֿלעגן זאָגן: „אַ גאָלדענער שליסל עפֿנט אַלע טירן‟, „אַז מע שמירט ניט, פֿאָרט מען ניט‟… אינעם געוועזענעם סאָוועטישן לאַנד האָבן די ייִדן געמוזט געבן, כּדי אַ ייִדיש קינד זאָל אָנגענומען ווערן זיך לערנען אין אַן אוניווערסיטעט, אויף אַ גוטער אַרבעט… כ’געדענק, אַ ייִד האָט געטענהט: „איך וואָלט געגעבן, נאָר עס איז ניטאָ וועמען — מע נעמט ניט!‟… אין די ציוויליזירטע לענדער איז תּמיד דער וואָס „ער נעמט‟ — אַ קאָרופּציאָנער, אַ פֿאַרברעכער! ׳ער נעמט׳ — וואָלט מען געקאָנט זאָגן מיט אַ צענדליק יאָר צוריק וועגן אונדזער אהוד אָלמערט, וועלכער איז דעמאָלט געווען דער אָנפֿירער פֿון דער שטאָטישער מאַכט אין הייליקן ירושלים, און ניט לאַנג צוריק האָט מען אים „פֿאַרן נעמען‟ פֿאַרמישפּט צו 6 יאָר תּפֿיסה…
נאָענט צו „ער נעמט‟ איז נאָך אַ פּרעגנאַנטע קאָנסטרוקציע: „ער זיצט‟ (צי אין רוסלאַנד: „מע האָט אים פֿאַרשיקט‟). ער זיצט מיינט ניט, אַז ער זיצט אויף אַ פֿאַרזאַמלונג, צי אין דער כּנסת, אויף אַ מעשׂה. קלאָר — ער זיצט אין טורמע, אין תּפֿיסה, צי מע האָט אים פֿאַרשיקט קיין סיביר. כאָטש אין תּפֿיסה קאָן מען דאָך אויך זיצן אויף אַ מעשׂה און נאָך גאָר אויף אַ לאַנגער מעשׂה…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.