אין איינעם פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן, דער הויכער עקאָנאָמישער שול, האָט מען יענע וואָך אַדורכגעפֿירט אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „רוסלאַנד אין דער ערשטער וועלט־מלחמה‟. די קאָנפֿערענץ איז געווען געווידמעט 100 יאָר זינט דעם אָנהייב פֿון דער מלחמה. צווישן אירע אָרגאַניזאַטאָרן, אַחוץ דעם אוניווערסיטעט, זײַנען געווען דער „דײַטשער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט‟ אין מאָסקווע, דער חורבן־מוזיי אין וואַשינגטאָן און דער אַמעריקאַנער „קענאַן־אינסטיטוט‟. איינער פֿון די פּאַנעלן איז געווען געווידמעט די ייִדן אין דער מלחמה. דער פֿאָרזיצער איז געווען פּראָפֿעסאָר אָלעג בודניצקי, אַ באַרימטער היסטאָריקער, וואָס פֿאָרשט סײַ די רוסישע, סײַ די ייִדישע געשיכטע. עטלעכע רעפֿעראַטן זענען געווען געווידמעט די פּאָגראָמען אויף ייִדן בעת דער מלחמה און די באַציִונגען צווישן ייִדן און אוקראַיִנער. דער אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָר און אויך אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון „פֿאָרווערטס‟, גענאַדי עסטרײַך, האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דער רוסיש־ייִדישער בירגערלעכער געזעלשאַפֿט בעת דער מלחמה. און דאָקטאָר ווערענאַ דאָרן פֿון האַנאָווער האָט גערעדט וועגן ייִדישע געשעפֿטס־לײַט פֿון צוויי זײַטן פֿראָנט. די רעפֿעראַטן האָט מען בדעה צו פֿאַרעפֿנטלעכן.
אַ ידיעה פֿון ראָסטאָוו-אויף-דאָן: אין צענטער שטאָט, אויפֿן „שטערן־פּראָספּעקט‟, האָט מען געעפֿנט אַ שטערן לכּבֿוד אַלכּסנדר פּעטשערסקי, דעם העלד פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. ער ער געשטאַנען אין שפּיץ פֿון דעם ייִדישן אויפֿשטאַנד אינעם טויט־לאַגער „סאָביבאָר‟ — דער איינציקער אויפֿשטאַנד אין אַ נאַציסטישן לאַגער, וואָס האָט מצליח געווען. בײַם לעבן האָט פּעטשערסקי קיין אָרדנס און מעדאַלן ניט באַקומען, אָבער נאָכן טויט, שוין אין פּאָסט־סאָוועטישע צײַטן, האָט מען אָנגעהויבן וועגן אים רעדן.
אויף „שטערן־פּראָספּעקט‟ אין ראָסטאָוו צינדט מען אָן אַ נײַעם שטערן יעדעס יאָר; און יעדעס יאָר ווערט דורכגעפֿירט אַן אָפּשטימונג, וועמען אויסצוקלײַבן, וואָס ווערט דורכגעפֿירט אויף דער אינטערנעץ במשך פֿון עטלעכע חדשים. הײַיאָר זענען צום סוף געבליבן 3 קאַנדידאַטן, און די קרובֿים פֿון איינעם האָבן זיך אָפּגעזאָגט לטובֿת פּעטשערסקי.
דאָס רעכט צו עפֿענען דעם „שטערן‟ האָט מען געגעבן דעם העלדס טאָכטער, אייניקל און אוראייניקלעך. נאָך דער צערעמאָניע אויפֿן פּראָספּעקט איז אין דעם אָרטיקן מוזיי געוויזן געוואָרן אַ פֿילם וועגן „סאָביבאָר‟.
דעם 30סטן מײַ האָט זיך אין פּעטערבורג, אינעם רוסישן עטנאָגראַפֿישן מוזיי, געעפֿנט אַן אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „שאַף זיך נישט קיין אָפּגאָט‟. עס ווערן אויסגעשטעלט בילדער פֿון די ישׂראלדיקע קינסטלער: אורי לעווין, אַבֿרהם מילגרוים, קאַטיאַ אויכערמאַן, מאַקס עפּשטיין און אידאָ מיכאַעלי. די בילדער זענען פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע, געשיכטע און עטנאָגראַפֿיע פֿונעם מאָדערנעם ישׂראל. אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען די קוראַטאָרין דינה יאַקערסאָן און דער קינסטלער מאַקס עפּשטיין. די אויסשטעלונג ווערט געשטיצט פֿון דער ישׂראל־קאָנסולאַריע און רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס. זי וועט זײַן אָפֿן ביזן 15טן יוני.
מאָסקווער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס לייגן פֿאָר אַ נײַע אַפּליקאַציע פֿאַר „אײַפֿאָן‟ און „סמאַרטפֿאָן‟. די אַפּליקאַציע הייסט „דזשיי־קניגאַ‟, דאָס הייסט, דאָס ייִדישע בוך. מיטן אַראָפּלאָדעווען די דאָזיקע אַפּליקאַציע קען מען קויפֿן עלעקטראָנישע ווערסיעס פֿון ביכער פֿונעם פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟: די כּתבֿי־קודש, וויסנשאַפֿטלעכע ביכער פֿון ייִדישע לימודים, און קינסטלערישע ליטעראַטור אין דער רוסישער איבערזעצונג — ביכער, וואָס זענען אָריגינעל אָנגעשריבן אויף ייִדיש, אויף העברעיִש, אויף ענגליש און אאַז״וו, בתוכם דאָס נײַע בוך וואָס איז אַנומלט אַרויס אין „קניזשניקי‟ — חיים גראַדעס ראָמאַן „צמח אַטלאַס‟ וועגן דעם לעבן אין אַ ישיבֿה אין אַ ליטוויש שטעטל צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.
די אַפּליקאַציע גופֿא אַליין איז פֿרײַ, ווי אויך עטלעכע פֿראַגמענטן פֿון יעדן בוך. דעם גאַנצן טעקסט פֿון אַלע ביכער אָבער מוז מען קויפֿן. מע קען זוכן, אויסציִען ציטאַטן פֿון די ביכער, געבן פֿאַרבינדונגען צו סאָציאַלע נעצן. די אַפּליקאַציע פּאַסט צו אָפּעראַציע־סיסטעמען אַנדראָיד און אײַאָס.
די נײַע אַפּליקאַציע ווערט רעקלאַמירט אויך מיטן הויפּט־פּראָיעקט אינעם קולטורעלן־לעבן אויף דער „ייִדישער גאַס‟ אין רוסלאַנד — „אשכּולות‟. די וואָך האָט דער פּראָיעקט אַדורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער ליטעראַטור און מיטן געליבטן פֿאָרמאַט פֿון דעם פּראָיעקט — דעם פּאַמעלעך־לייענען. זונטיק דעם 8טן יוני האָט מען געלייענט 2 דערציילונגען פֿון איסאַק באַבעל מיט קאָמענטאַרן פֿון וואַלערי דימשיץ (ער האָט קאָמענטירט די דערציילונג „קאָזינער בית־עולם‟ און גערעדט וועגן באַבעלס פֿאַרבינדונגען מיט דער ייִדישער ליטעראַטור); און יעלענאַ פּאָגאָרעלסקאַיאַ, וואָס האָט פֿאַרטײַטשט באַבעלס דערציילונג „דאַנטע־גאַס‟.
די טעג גרייט דער פּראָיעקט צו דעם פֿעסטיוואַל פֿונעם פּאַמעלעך־לייענען, וואָס וועט פֿאָרקומען סוף־חודש אין ירושלים. דאָרטן וועט מען לייענען טעקסטן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט ירושלים. איינער פֿון זיי וועט זיך גלײַך באַווײַזן אין דער רוסישער איבערזעצונג; די רייד גייט וועגן באָריס שץ’ס פֿוטוראָלאָגישן ראָמאַן „ירושלים הבנויה‟, די ווידערגעבויטע שטאָט ירושלים, וואָס איז אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין 1918, און באַשרײַבט דאָס ירושלימער לעבן אין 2018.
און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: אין די ראַמען פֿון צוזאַמענאַרבעט פֿון די רוסלענדישע און ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן איז יענע וואָך אָנגעקומען קיין מאָסקווע אַ דעלעגאַציע ישׂראלדיקע לערערס. זיי האָבן זיך געטראָפֿן מיט סטודענטן, וואָס לערנען זיך העברעיִש אין מאָסקווער מלוכה־אוניווערסיטעט, דערציילט וועגן די ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, דעם לאַנד און זײַנע דערגרייכונגען אין אַ סך געביטן, בתוכם אין קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטן. מיר האָפֿן זייער, אַז די צוזאַמענאַרבעט וועט ממשיך זײַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.