אויף דער בינע פֿונעם ניו־יאָרקער „קווינס־טעאַטער‟ ווערט איצט מיט גרויס דערפֿאָלג געשפּילט דער ספּעקטאַקל „דאָס פֿינפֿטע געבאָט‟ פֿון באָריס קאַטאַיעווס בוכאַריש־ייִדישן מוזיקאַליש־דראַמאַטישן טעאַטער.
דער ספּעקטאַקל איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן יסוד פֿון דער פּיעסע, וואָס דער אַמעריקאַנער רעזשיסאָר לעאָ מאַק״קאַרי האָט עקראַניזירט אינעם יאָר 1937, נאָכן סצענאַר פֿון וויניאַ דעלמאַן, אַן אַמעריקאַנער שרײַבערין און דראַמטורגין, אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון דזשאָזעפֿין לאָרענס ראָמאַן „די יאָרן זענען אַזוי לאַנג‟, און אַ פּיעסע פֿון העלען און נאָלאַן לירי. זײַן פֿילם, „גיבן דעם מאָרגן אַ פּלאַץ‟, האָט שטאַרק אויסגענומען. ווען דער רעזשיסאָר האָט שפּעטער געוווּנען אַן „אָסקאַר‟ פֿאַר אַן אַנדער פֿילם, האָט ער געזאָגט, אַז אויב מע באַלוינט אים מיט אַזאַ חשובֿן פּריז, האָט מען עס געדאַרפֿט געבן גיכער פֿאַר זײַן פֿריִערדיק ווערק.
דער סוזשעט פֿונעם נײַעם ספּעקטאַקל, געשאַפֿן אויפֿן יסוד פֿונעם דאָזיקן פֿילם, איז גאַנץ פּשוט. אַן אָרעם עלטער פּאָרפֿאָלק, וואָס האָט דערצויגן פֿינף קינדער, ווייסט נישט, ווי אַזוי דורכצומאַכן אַ טאָג. די קינדער גייט עס אָבער נישט אָן, און זיי ווילן אָפּשיקן די עלטערן אין באַזונדעקע מושבֿ־זקנימס. פֿאַר די הויפּט־העלדן — די עלטערן — איז עס אָבער אַ שרעקלעכע טראַגעדיע, ווײַל זיי האָבן זייער ליב איינער דעם צווייטן און קאָנען זיך נישט פֿאָרשטעלן, אַז זייערע אייגענע קינדער ווילן זיי צעשיידן.
די פֿינפֿטע מיצווה צווישן די צען געבאָט איז „כּיבוד אָב ואם‟ — צו באַהאַנדלען די טאַטע־מאַמע מיט כּבֿוד און דרך־ארץ. צוליב דעם, האָט קאַטאַיעוו געגעבן זײַן שאַפֿונג אַזאַ נאָמען. צום ערשטן מאָל האָבן די אַקטיאָרן פֿונעם רוסיש־שפּראַכיקן בוכאַריש־ייִדישן טעאַטער אויסגעפֿירט ערנסטע ראָלעס פֿון אַמעריקאַנער אויף דער פּראָפֿעסיאָנעלער סצענע אין קווינס, וווּ קאַטאַיעוו איז אַמאָל, אינעם יאָר 1999, אויפֿגעטראָטן מיט דער פּרעמיערע פֿון זײַן אויפֿפֿירונג פֿון אליהו מאַלאַיעווס פּיעסע „דער זינגער פֿון זײַן עקסעלענץ‟. דער דאָזיקער ספּעקטאַקל האָט שטאַרק משפּיע געווען אויף דער אַנטוויקלונג פֿון דער הײַנטצײַטיקער בוכאַריש־ייִדישער קולטור.
דער רעזשיסאָר האָט אַמאָל דערקלערט אין אַן אינטערוויו, די אידעע פֿון דער נײַער אויפֿפֿירונג האָט אים געגעבן זײַן חבֿר רפֿאל נעקטאַלאָוו, אַ באַקאַנטער בוכאַרישער כּלל־טוער. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די אַקטיאָרן שפּילן אויף רוסיש — נישט אויף ענגליש אָדער פּערסיש. ווי איינער פֿון מײַנע באַקאַנטע בוכאַרישע ייִדן האָט באַמערקט, האָט עס צו טאָן מיטן יונגן עלטער פֿון די אַקטיאָרן. הגם זיי זענען באַקאַנט מיט די טראַדיציעס פֿון דער בוכאַרישער קהילה, קענען זיי רוסיש און ענגליש אַ סך בעסער, ווי פּערסיש — די אָריגינעלע שפּראַך פֿון ייִדן אין בוכאַראַ. פֿון דער צווייטער זײַט, פֿאַרשטייען אַ סך פּערסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד רוסיש בעסער, ווי ענגליש. כּדי אַלע דורות זאָלן אָפּשאַצן דעם ספּעקטאַקל, האָט דער רעזשיסאָר אויסגעקליבן רוסיש.
די טרופּע פֿון 20 אַקטיאָרן — סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע, סײַ אַמאַטאָרישע — האָט אויסגעשפּילט די פּיעסע גאַנץ גלאַטיק און נאַטירלעך. זייער ענטוזיאַזם האָט זיך איבערגעגעבן דעם עולם, וועלכער האָט אויפֿגענומען דעם ספּעקטאַקל, וואָס האָט געדויערט דרײַ און אַ האַלבע שעה, מיט טרערן, געלעכטער און הויכע אַפּלאָדיסטענטן. עס ווילט זיך באַדאַנקען די טרופּע פֿאַרן שאַפֿן אַ דערפֿאָלגרײַך ווערק מיט אַלע סימנים פֿון עכטער קונסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.