דער סטודענטן־ראַט פֿונעם „וועסטערן־וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט‟, אין בעלינגהאַם, וואַשינגטאָן, האָט דינסטיק איינשטימיק אָנגענומען אַ רעזאָלוציע קעגן אַנטי־ישׂראלדיקע בויקאָטן און סאַנקציעס.
אין דער רעזאָלוציע שטייט געשריבן, אַז „כּדי אָנצוהאַלטן אַ זיכערע, טאָלעראַנטע שטימונג אויפֿן קאַמפּוס, דאַרף די שפּאַנונג צווישן סטודענטן אין שײַכות מיט אויסלענדישע קאָנפֿליקטן באַהאַנדלט ווערן אויף אַ געזונטן, קאָאָפּעראַטיוון אופֿן‟ און אַז „דאָס בויקאָטירן, אָפּשאַפֿן אינוועסטיציעס און דורכפֿירן סאַנקציעס אויפֿן סמך פֿון נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם אָדער אַנדערע אידענטיטעט־שטריכן קאָן גורם זײַן אַטאַקן אויף סטודענטן צוליב זייער נאַציאָנאַלן אָפּשטאַם.‟
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס אַ סטודענטן־ראַט פֿון אַ צפֿון־אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט האָט אָנגענומען אַ רעזאָלוציע קעגן דער אַזוי־גערופֿענער BDS־באַוועגונג, נאָך איידער עמעצער האָט געבראַכט אַ פּראָ־BDS-רעזאָלוציע, גיט איבער די פּראָ־ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע StandWithUs.
אַליסאַ קיפּערשטאָק, אַ מיטגליד פֿון StandWithUs, איז די, וועלכע האָט געבראַכט די אַנטי־בויקאָט רעזאָלוציע צום סטודענטן־ראַט.
„איך האָב שוין געזען ווי די אַנטי־ישׂראלדיקע BDS־קאַמפּאַניעס האָבן צעשפּאָלטן די סטודענטנשאַפֿט אויף קאַמפּוסן איבערן לאַנד, און כ׳האָב עס נישט געוואָלט זען אין ׳וועסטערן־וואַשינגטאָנער אוניווערסיטעט׳, וואָס איז דווקא זייער אַ פֿרײַנדלעכער, טאָלעראַנטער ציבור,‟ האָט קיפּערשטאָק געשריבן אין אַ דערקלערונג אַרויסגעלאָזט פֿון StandWithUs. „די קאַמפּאַניעס צו בויקאָטירן און דורכפֿירן סאַנקציעס קעגן ישׂראל שאַפֿן אַ פֿײַנטלעכע אַטמאָספֿער, וואָס איזאָלירט די מענטשן, וואָס שטיצן ישׂראל.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.