דער „באַפּטיסטישער מעמאָריאַלער שפּיטאָל‟ אין מעמפֿיס, טענעסי, האָט מנדבֿ געווען 25 טויזנט דאָלאַר פֿאַר אַן אָנדענק־דענקמאָל לזכר די קינדער־קרבנות פֿונעם חורבן, וואָס מע פּלאַנירט אויפֿצושטעלן אין הערנאַנדאָ — אַ שטאָט אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם שטאַט מיסיסיפּי, בערך 30 מײַל אויף דרום פֿון מעמפֿיס.
בערך אָנדערהאַלבן מיליאָן ייִדישע קינדער זענען אומגעבראַכט געוואָרן דורך די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. די שולן און געשעפֿטן פֿון הערנאַנדאָ און דער אַרומיקער געגנט האָבן אויך געזאַמלט פֿאַרן מעמאָריאַל 1.5 מיליאָן איין־צענטיקע מטבעות.
דאָג טאָרנטאָן, דער אַרכיטעקט פֿון דער פֿירמע „אַרכיטעקטור־ און אינזשענירײַ־רעסורסן פֿאַר בויערײַ‟ (AERC), האָט אויסגעאַרבעט דעם דיזײַן פֿונעם מעמאָריאַל, וועלכער וועט מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ ספּיראַל־אַרטיקן וועג, וואָס פֿירט צו זעקס סעקציעס פֿון ווענט אין דער פֿאָרעם פֿון אַ צעבראָכענעם מגן־דוד; די ווענט וועלן באַצירט ווערן מיט די געזאַמלטע מטבעות. אינמיטן דער קאָנסטרוקציע וועט שטיין אַ בראָנדזענע סקולפּטור פֿון ריק ווינעקע, וואָס דער שאַפֿער האָט אָנגערופֿן „דאָס אומבאַקאַנטע קינד‟. די „שיידוועגן מיט רעלסן‟ אינמיטן דעם מאָנומענט וועלן סימבאָליזירן דעם וועג צו די טויט־לאַגערן.
דער סקולפּטאָר איז אַ קריסטלעכער ציוניסט פֿון קאַנאַדע, וועלכער וווינט איצט אין ישׂראל, וווּ ער האָט געאַרבעט אין אַ קיבוץ, געדינט אין צה״ל בעת דער ערשטער לבֿנון־מלחמה און האָט באַקומען די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. ווינעקע איז באַקאַנט ווי אַ שאַפֿער פֿון בראָנדזענע סקולפּטורן מיט אַ ייִדיש־קריסטלעכן טעם.
בסך־הכּל, וועט דער פּראָיעקט קאָסטן בערך 2 מיליאָן דאָלאַר. טאָרנטאָן האָט איבערגעגעבן, אַז דערווײַל האָט מען נאָך נישט געקויפֿט דעם שטח לאַנד, וווּ מע וועט עס אויפֿשטעלן. אין זײַן שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט טאָרנסאָן באַמערקט, אַז „ווען עס קומט צו ישׂראל און דעם ייִדישן פֿאָלק, בלײַבן די שטחים תּמיד אַ פּראָבלעם‟.
דער אַרכיטעקט איז דער פּרעזידענט פֿון דער דערמאָנטער בויערײַ־פֿירמע אין הערנאַנדאָ, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויפֿן „גרינעם‟ עקאָלאָגיש־אָריענטירן דיזײַן און האָט געשאַפֿן פֿאַרשיידענע בנינים אין דער געגנט, אַרײַנגערעכנט קלויסטערס און געשעפֿט־ביוראָען.
די שול־תּלמידים פֿונעם שטעטל האָרן־לייק, מיסיסיפּי, אַ פֿאָרשטאָט נישט ווײַט פֿון מעמפֿיס, האָבן פֿאָרגעלייגט צו שאַפֿן דעם דענקמאָל און צו זאַמלען די מטבעות לזכר די אומגעקומענע קינדער, ווען זיי האָבן זיך באַקענט מיט דער געשיכטע פֿונעם חורבן, ווי אַ טייל פֿון זייערע לימודים, אין די יאָרן 2009־2010.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.